בלאט 1 פון 1

לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
אויף אייוועלט מעלדט מען וועגן א נייע אויסגאבע וואס זיי גייען ארויס געבען

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 6:59 pm
דורך מפוזרי
יא, יא. דער וועקער וועקט.

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 7:35 pm
דורך קלוגע יודל
וועלן זיי עס אויך ארויסלייגן אויף אמעזאן?
וועלן זיי עס פארקויפן אין די געשעפטן עמטליך?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 7:35 pm
דורך קאצקע ציקער
רוב זענען אלטע ארטיקלען

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 9:33 pm
דורך אייז קריעם
א זייטיגע שאלה, וואס באדייט דער מאדנעם אות עי"ן צום סוף פונעם ווארט לאמטערנע?

עס ליינט זיך ווי צוויי ווערטער, לאמטערן? נעע...

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 4:03 am
דורך טאמבל סאס
אויב די פאפירנע לשמצה בקולמוסיהם זענען ביז היינט אויסגעשפילט געווען וועלן זיי יעצט נאך מער זיין.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 9:23 am
דורך מרדכי ישראל
דאס איז אנשטאט מי מנוחות?

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 10:02 am
דורך איש את רעהו
אנשטאט וועקער

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 10:07 am
דורך נעגעל וואסער
כ'זעה אז ידידנו לשעבר @שמעלקא'לע איז פון די ראש המערכת דארטן. מן הסתם איז ער די איינציגסטע פון דארט וואס האט געוויסט פונעם וועקער און אריבעגעפירט די איידיע אהין..

שוין יעצט האבן מיר שוין קאמפעטישן! דארפן מיר זיך נעמען צום עבודה.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

לאמטערנע אויסגאבע פאר 3.50

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 4:49 pm
דורך איש את רעהו
א נייע אויסגאבע איז ערשינען דורך אייועלט
עס וועט זיין צו באקומען פאר 3.50 $
א לינק צום אויסגאבע
https://www.dropbox.com/s/alzil4fqigatn ... 6.pdf?dl=0

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 3:08 pm
דורך איש את רעהו
ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א אויסגאבע פון ניק שרייבער אויף די נעט ווערט פארקויפט אין ווילי און בארא פארק געשעפטן ,
וועקער איז דערווייל נאכנישט אריין אין די היימישע סטארס.

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 3:30 pm
דורך סאשי פיש
טוביה'ס איז נישט היימיש?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 3:48 pm
דורך איש את רעהו
האסט מיר געטראפען ערגעץ אין די לעבער פון מאנסי
אין די הארץ פון ווילי און ב"פ איז עס נאכנישט דא.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 3:48 am
דורך פאטעיטא טשיפ
היות ביי אונז אין דע היים קויפט מען אלע צייטונגען איזאריין געפאלן אויך די לאמטערנע.
סאיז א דיירעקטע קאמעטישען פאר קינדליין אין קינדערליך, טאמער איינער קען מיר מסביר זיין ווי אזוי איינער העכער די בר מצווה קען בכלל האלטן אזא גיליון אין די היינט וואלט איך געקענט באשטיין צו הערען (כרעדט נישט פון א מאנגליען).

ערענצט גערעדט, געליינט דארט די ארטיקעל פון הכנה לפורים, שטייט דארט גארנישט, א חידוש ווי איינער קען האקן 20,000 קערעקטערס אין גארנישט זאגן.

פורים אין ישיבה קטנה???? אר יו פריקינג קידינג מי??? דע העלל איז ראנג מיט עדאלטס?? כוואלט גערן געשפילט מיט שומרים קארטליך ווי ליינען דאס.

נאך עפעס א ארטיקעל וואס די המשך איז אויפ בלאט 55, די פראבלעים איז די גיליון האט געסטאפט ביי בלאט 54.

א גניבה 3.50, שווער געהארוועטע געלט

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 6:37 pm
דורך חקרן
ווער געדענקט נאך ווען עס איז אמאל ארויסגעקומען א קול קורא קעגן אייוועלט?

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 7:45 pm
דורך אהרן
חקרן האט געשריבן:ווער געדענקט נאך ווען עס איז אמאל ארויסגעקומען א קול קורא קעגן אייוועלט?

ווען איז דאס געווען?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:01 pm
דורך אפשר
איך האב אפגעלאדנט דעם לאמטערנע פון דראפבאקס און שנעל אדורך געמישט די בלעטער, וואס זאל איך אייך זאגן... אבי אויפגעטייפט קערעקטערס, נישט קיין טעם און א ראם, א ליידיגע אויסגאבע אהן קיין שום תוכן.

תושבי איי-וועלט, אויב ווילט איר ארויסקומען מיט אן אלטערנאטיוו אנטקעגן דעם וועקער, יו גאט טו באקל אפ ענד דא ע בעטער דזשאב.

Re: לאמטערנע אויסגאבע פון אייוועלט

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 11:08 pm
דורך גר ותושב
אפשר האט געשריבן:איך האב אפגעלאדנט דעם לאמטערנע פון דראפבאקס און שנעל אדורך געמישט די בלעטער, וואס זאל איך אייך זאגן... אבי אויפגעטייפט קערעקטערס, נישט קיין טעם און א ראם, א ליידיגע אויסגאבע אהן קיין שום תוכן.

תושבי איי-וועלט, אויב ווילט איר ארויסקומען מיט אן אלטערנאטיוו אנטקעגן דעם וועקער, יו גאט טו באקל אפ ענד דא ע בעטער דזשאב.

זיי זאגן דאך בפירוש אונעם אדיטאריעל אז זיי זענען א קנקן חדש בלי תוכן.

IMG_20170305_230313.jpg

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 2:27 pm
דורך פעינטער
וויליך קיינעם נישט ציקלאפען באט כאבגעליינט שבת דער לעמעטענע איך האב געפילט ווי איך ליין א גיליון וואס בחורים האבען ארויס געגעבען פאר פורים.
איין נארמאלע באשרייבונג פין גדי פולק זייער שיין אין נאכדעם די גאנצע זאך פורים ארטיקעל כאב געפילט ווי איך ברעכן סיס געווען ממש א שאד אויף די אינק

2'טע לאמטערנע

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 5:38 pm
דורך איש את רעהו

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 7:11 pm
דורך פאטאש
ווי זעמיר אונז אופן וועלט? די אייוועלט חברה האבן זיך היפש ארויפגעארבעט, אונז דארפן זיך אויך געבן א שאקל...

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 7:40 pm
דורך איסר האטלקי
זיי טראכטן פון עס ארויספרינטן און פארקויפן אויף עמעזאן, אבער זיי ווילן בעטן דערפאר "קאסט פרייז" 13 דאלער!
כ'וואלט זיי געראטן זיך צו פארבינדען מיט די וועקער ארויסגעבער.

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 7:42 pm
דורך פאטאש
אינטערסאנט, דא אויף אמאזאן זעה איך אז די קאלירטע האט אויך אפגעקאסט א שיינע אפויטיקע...
https://www.amazon.com/Haasif-Veker-6-K ... =der+veker