בלאט 1 פון 5
הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:01 am
דורך [NAMELESS]
צווישן די פולע דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די לעצטע חודש, צווישן זיי די פארווערטס ליפא שמעלצער ועוד, שטרייכט ארויס די ספעציעלע יוניק דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די וועכענטליכע קאלום פון ב. טויב אין דער איד, צווישן זיינע וועכענטליכע פראזן פון אשר קרך מיט עמלק מאכט ער גאנץ קלאר וואס ער מיינט, ווי אויך דערקענט זיך א בקיאות אינעם וועקער מדאשקע לדאשקע.
צווישן אנדערע ווערט דארט שטארק ארום גערעדט איבעדעם וואס אינעם פאריגן וועקער איז געשטאנען וועגן נאך שיטות הראשונים איבער די י"ג עיקרי אמונה, לויט הרב ב. טויב זענען די אנדערע שיטות הראשונים כפירה ממש.
אויך ווערט שטארק אונטערגעשטראכן וואס רבי מנשה פילאפף שרייבט דארט אז פון לייקענען די י"ג עיקרים קען מען צוקומען צו ציונות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:09 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:11 am
דורך יואליש
הוא ב' טויב הוא ישראל מ. סופר?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:58 am
דורך ליפא
יא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:הוא ב' טויב הוא ישראל מ. סופר?
און אין די צייטונג אליין שרייבט ער אויך 3 פארשידענע קאלומס אונטער אנדערע נעמען...נאר דער סגנון הלשון (מיט זיינע קלישעי'ס) איז די זעלבע...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט וועגען ענק אלע, אבער איך גיי בל"נ קויפען דער איד דער וואך. איך מיין ס'איז מער ווי צען יאר זייט די לעצטע מאל וואס איך האב עס געקויפט, אבער אז מ׳שרייבט קעגען מיר מיט די ראב"ד אין איין ארטיקל, ווי קען איך עס לאזען אין געשעפט?
איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען עס קויפען?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:24 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין אז אויף ..."הרב"...מנשה פיליפ,ישראל מ. סופר און הרב ב.טויב (שוין באלד אזויפיהל נעמען ווי יתרו) קענמען זאגן די רש"י אין פ' קרח...ו'מנשה'לע פליפ-פלאפ שפיקח היה מה ראה לשטות זה...?! צו ווייסט ער דען נישט אז מיט זיינע מחאות און בויך דרייענישן פארגרעסערט ער נאר די אינטרעס און צירקולאציע פונ'ם וועקער. און אויך .."דער איד"...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 2:08 pm
דורך איש את רעהו
@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 2:08 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איינער ווייסט אפשר ווי מ׳קען עס קויפען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נעבן קול שמשון
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 2:11 pm
דורך ליפא
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
פון אונטער די קוליסן הער איך אז ר' מ.פ. איז גערעגט אז ס'קאסט 6 דאלער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 2:22 pm
דורך איש את רעהו
הרב מ.פ. באקומט עס פון די ערשטע דורך מערכת דער וועקער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 2:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאר צו לאזען וויסען, קיינער באקומט נישט קיין וועקער אומזיסט, נישט קיין רבנים וואס מ'דארף האבען אויף אן איסור, נישט מענטשען וואס בעטען שיין, אפילו אזוי שיין ווי איש און רעהו האבען צוזאמען געבעטען. קיינער נישט. ווילסט מוחה זיין, צאל ווי א טאטעלע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
איש את רעהו: ווען מושב קומט אונז זאגן אז דער וועקער איז משכיל'יש איז פונקט אזוי ווי ווען קארדינאל דאולען, דער מרא דאתרא פון סעינט פעטריק'ס קאטהידראל זאלל האלטן א שבת שובה דרשה. און מעורר זיין דעם עולם אויף תיקון המעשים...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:50 pm
דורך שמעון וואלף
שוין יארן וואס ר' מנשה וויל אויסגעבן זיין ווייטאג אויף ק"ש ווי איינע פון די וועטעראן שרייבער, אונזער באליבטער בערעלע, רייסט אים ארינטער ביי יעדע געלעגענהייט. ס'האט אבער נישט געפאסט אז ער זאל מוחה זיין אויף א וועבזייטל האט ער געווארט ביז ס'איז געווארן געדריקט און פארקויפט אין געשעפטן וכאן מצא בעל חוב לגבות חובו.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויב אזוי איז ער נישט מער ווי גערעכט. מיר האבן געשאסן די ערשטע קויל, יעצט האט ער צוריק געשאסן. א נארמאלע פייט וואס קאווע שטיבעל האט אנגעהויבען
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 1:46 am
דורך קאווע טרינקער
פילאף: "עבירה גוררת עבירה... פון ספיקות אין י"ג עקרים... צו ציונות"....
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2017 11:00 am
דורך קאוריג
קאווע טרינקער האט געשריבן:פילאף: "עבירה גוררת עבירה... פון ספיקות אין י"ג עקרים... צו ציונות"....
ער האט נישט צוגעענדיגט...
פון דארט ביז עסן סושי איז א קאצן שפרינג
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 8:47 pm
דורך moshav zekeinim
פארוואס איז י"ג עקרים חשוב'ער פון אנטי ציונות? איז אנטי ציונות עפעס אן אויסגעטראכטער זאך פון א יחיד? דאס איז געווען די דעת רוב גדולי ישראל אינדערהיים. דער רבי זי"ע האט עס בסך הכל אנגעהאלטן אפילו ווען די נסיונות זענען געווען גרויס.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 8:53 pm
דורך קל וחומר
רוב גדולי ישראל האבן אויך געהאלטן אז לשה"ר איז אסור ע"פ דין
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 8:55 pm
דורך קל וחומר
ועוד, סאטמער רב'ס גאנצע אנטי ציונות סלאגען איז געווען 'וויבאלד ס' גרעניצט זיך מיט די י"ג עיקרים'.
Re: הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע ש
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:09 pm
דורך ונבנתה העיר
download_20170304_210752.jpg
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:33 pm
דורך moshav zekeinim
און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.
ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,
ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.
ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.
שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.
היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.
אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.
פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.
אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.
נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2017 9:41 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
moshav zekeinim האט געשריבן:און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.
ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,
ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.
ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.
שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.
היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.
אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.
פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.
אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.
איך הער די האסט באשלאסן אז אמערקאניזם איז די נסיון הדור, און איך האב באשלאסן אז אונזערע היינטיגע רבי׳ס מיט רבנים זענען די נסיון הדור, יעדער קען באשליסן וואס זיי ווילן.