בלאט 1 פון 2

פיין דיינינג

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 11:52 am
דורך יואלי וואלפסאן
אונזער היימישע עולם איז לעצטענס צום טעם געקומען אינעם ענין פון פענסי ארויס עסן צו ווערן באשאוערט מיט ליבע און אפעקשאן און אפשר אויך גוטע עסן און איבערלאזן 3-4-500 דאלער ווי גארנישט.
איך וויל עס אויך פרובירן היות איך קען זיך עס לעצטענס ב''ה ערלויבן. איך בין זייער נישט באקאנט מיט'ן הלוך ילך, איך וויל קומען ווי א pro מיט אלע טיפס וויאזוי זיך פירן און וואס און וואו צו עסן.
זאל איך גיין צו
מייק'ס ביסטרא?
לא מארעי?
די לאפט?
רעזערוו קאט?
פריים גריל?
פעימעס פיטא?
וואלף ענד לאמב?
מאבאט?
טי פיוזיאן?
טאליא'ס?
עשרת....

Re: פיין דיינינג

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 12:19 pm
דורך טמיר
געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 12:20 pm
דורך נולד מאוחר
גיי אויפן סדר פארביר אלע.
ווי איז מאבאט?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 12:59 pm
דורך יואלי וואלפסאן
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה

I happen to agree with you
אבער וויל איך דאך פארשטייען פארוואס אזוי סך פון אומז גיין יא ארויס און געבן אויב אזוי סך עפעס מוז ליגן אינטער דעם אדער איז יעדע סתם משוגע?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 12:59 pm
דורך יואלי וואלפסאן
נולד מאוחר האט געשריבן:גיי אויפן סדר פארביר אלע.
ווי איז מאבאט?

Mabat is in Flatbush

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 6:21 pm
דורך אייז קריעם
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה

I happen to agree with you
אבער וויל איך דאך פארשטייען פארוואס אזוי סך פון אומז גיין יא ארויס און געבן אויב אזוי סך עפעס מוז ליגן אינטער דעם אדער איז יעדע סתם משוגע?

ווייל אונזער היימישער עולם איז ברעין טשעלענדשט ממילא קענען זיי נישט באקומען סיפוק פון א מחשבה. דאס איינציגסטע פראסעסינג וואס גייט דא פאר איז די מויל בשעת'ן עסן, און די מויל דעם נעקסטן אינדערפרי ווען מען דערציילט פאר די חברים.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 7:41 pm
דורך נולד מאוחר
וואס האט דאס ציטון מיט היימישען עולם?
פיין דיינונג איז דא ביי נישט היימישע סאך מער.
ועוד מענטשען וואס האבן יא הנאה פון מחשבה האבן אויל הנאה פון פיין דיינונג.

Re: פיין דיינינג

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 7:47 pm
דורך אהרן
אייז קריעם האט געשריבן:
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה

I happen to agree with you
אבער וויל איך דאך פארשטייען פארוואס אזוי סך פון אומז גיין יא ארויס און געבן אויב אזוי סך עפעס מוז ליגן אינטער דעם אדער איז יעדע סתם משוגע?

ווייל אונזער היימישער עולם איז ברעין טשעלענדשט ממילא קענען זיי נישט באקומען סיפוק פון א מחשבה. דאס איינציגסטע פראסעסינג וואס גייט דא פאר איז די מויל בשעת'ן עסן, און די מויל דעם נעקסטן אינדערפרי ווען מען דערציילט פאר די חברים.


סארי נישט יעדער גייט פאר [tag]אייז קריעם[/tag] איך פארשטיי אז די זעסט עס פאר א ברעין טשעלענדש אבער יש לדון [emoji3]

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 11:44 pm
דורך קאווע טרינקער
איך קען נישט גלייבן אז אויסער די-לאפט וואס איז נישט ווייט פון KRM בין איך נישט געווען אין קיינע פון די פלעצער, הייסט עס אז איך האב נישט קיין רייכע חברים?

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:44 am
דורך שבת אחים
מייקס ביסטראו וואלט געוועהן מיין טשויס, אמתע קוואלטי עסען, שוין לאנג נישט דארט געוועהן, ער האט א וועדזשיטעירן מעניו מיינסטו? אדער כוועל מיך מוזן פארפליישיגן, כמיין פאר זיינע עסען לוינט זיך עס.

סאיז דא א סטעיקהויז אין קראונהייטס, א קליין געשעפטל, בכלל נישט פענסי אבער ער האט די בעסטע בריסקעט אין ברוקלין גאראנטירט, שטיקער פלייש וואס צולאזט זיך אין מויל וואס איז ווייכער ווי קאטן קענדי, ווי הייסט ער נאר דער חבדסקער? איזי׳ס סטעיק הויז, סאיז מעין עולם הבא.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:59 am
דורך שבת אחים
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה


מען דארף ליידער נישט קריכן ביז בית שמש וויפל בארא פארקע און ווילאמסבורגע משפחות קענען נוצן די געלט ?, אין די טויזענטער.

Re: פיין דיינינג

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 7:47 am
דורך טמיר
שבת אחים האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה


מען דארף ליידער נישט קריכן ביז בית שמש וויפל בארא פארקע און ווילאמסבורגע משפחות קענען נוצן די געלט ?, אין די טויזענטער.

עס איז א גרויסע חילוק. אין אמעריקע איז כמעט נישט במציאות אז הונגער זאל זיין א פראבלעם, אויב איז נישטא קיין געלט איז עס פאר בלומען פאר די מחותנסטע. והא ראי', קוק וויפיל הונדערטער פרישע בולקעלעך גייען אין מיסט נאך שבת, און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו נעמען. און וואס איז מיט די פילע פארציעס נאך א שמחה? פארוואס קומט נישט א שליח פון די הונגעריגע משפחה עס צי אויפפיקען אנשטאט עס זאל גיין אין מיסט?
איך בין נאכנישט געווען אין בית שמש, אבער איך קען זיכער זיין אז גייט נישט קיין גאנצע פארציעס אין מיסט ביי א שמחה, און מסתם האלבע אויך נישט...

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 9:52 am
דורך קאוריג
פ***ק איך האב יעצט געשריבן א לאנגע תגובה און באאמס, אויסגעמעקט


עניוועי, לאמיר צולייגן מיינע צוויי פעניס

די שמועס דא איז טענו בחיטים והודו לזכר קדשו


וואס האט בית שמש'ע אידן מיט ארויסגיין פאר א סאפער, מיליאנען ווערן געוויעסטעד פאר פארטי פלענינג, שאבאטאנס, יוקאנס און אנדערע שטותים, באט דעטס נאט דע פוינט, ווי לאנג א איד גיבט זיינע פאר גרייצער פאר צדקה, איז נישט קיינעמס ביזנעס וואס ער טוט מיט זיין געלט, זאל ער רופן א 10 מען בענד פאר א וואכנאכט, הו קעירס ס'איז זיין געלט

אבער דאס האט קיין שום שיייכות דעם שמועס דא, ארויסגיין עסן מיט די ווייב איז נאך אזוי וויכטיג ווי געבן פאר א ירושלימע משפחה שבת צו מאכן, און אסאך פעלער אויב נישט פאר די סאפער וואלט די געגאנגען פאר א טערעפיסט, נישט ממש באט יו געט די פוינט, ארויסגיין עסן און פארברענגן רואיגערהייט בויעט, פארשטערקערט און פארריכט רילעישאנשיפס, ווען א קאפל גייט ארויס מ'זעצט זיך אוועק עסן אין א רואיגע אטמאספערע אהן קיין קינדער, וועש, דישעס, טויס, וכו' נאר ער מיט זי, און דעטס איט, מ'קען זיך אויסשמועסן, לאכן, פארברענגען, רילעקסן אינאיינעם, דאס איז א וויכטיגע באשטאנדטייל אין א געזונטע רילעישאנשיפ

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:44 am
דורך [NAMELESS]
טמיר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:געב אוועק די פאר הוהדערט דאלאר פאר אן ארימער בית שמש'ער. ווען די עסט סאפפער זאלסטו דיך אויסמשלן ווי 10 קינדער עסן תנובה קטג' צופרי מיט א געשמאק און א שטיקל עוף ביינאכט פאר דריי וואכן. דיין סאפפער וועט האבן די בעסטע טעם. בדוק ומנוסה


מען דארף ליידער נישט קריכן ביז בית שמש וויפל בארא פארקע און ווילאמסבורגע משפחות קענען נוצן די געלט ?, אין די טויזענטער.

עס איז א גרויסע חילוק. אין אמעריקע איז כמעט נישט במציאות אז הונגער זאל זיין א פראבלעם, אויב איז נישטא קיין געלט איז עס פאר בלומען פאר די מחותנסטע. והא ראי', קוק וויפיל הונדערטער פרישע בולקעלעך גייען אין מיסט נאך שבת, און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו נעמען. און וואס איז מיט די פילע פארציעס נאך א שמחה? פארוואס קומט נישט א שליח פון די הונגעריגע משפחה עס צי אויפפיקען אנשטאט עס זאל גיין אין מיסט?
איך בין נאכנישט געווען אין בית שמש, אבער איך קען זיכער זיין אז גייט נישט קיין גאנצע פארציעס אין מיסט ביי א שמחה, און מסתם האלבע אויך נישט...

ביסט נישט גערעכט עס איז יא דא פאמיליעס וואס הונגערן און יעדע רעפטל ברויט האט א חשבון, ליידער קוקט מען זיך נישט צופיל אום אויף די משפחות, אבער איך ווייס קלאר אז עס איז פארהאן א מיעוט המצוי.
וואס ווילסטו ער זאל ווערן די שלעפער אין שטאט גיין צוזאמקלויבן ביי שמחות? די האלב נארמאלע פנים וואס ער שטעלט אן אין גאס זאל ער אויך נישט האבן? דאס ביסל זעלבסט רעספעקט וואס ער פראבירט מיט כח אנצוהאלטן אויב נישט פאר עם איז פאר זיין ווייב און אומשולדיגע נעבכדיגע קינדער וואס שטייען אויס בזיונות און אנגסט און צער יעדע מאל וואס די נושא פון געלד שפילט זיך אפ אין קלאס, דו ווייסט אז די לעצטע 3 וואכן איז די נושא ביי סאפער וויפיל איז די ווייניגסטע געלד וואס עס פאסט צו גיבן פאר א טיטשער און מען מאכט פוין קאלס צו די שוועסטער שיינדיל פרעגן אויב פאר די אסיסטענד טיטשער מעג מען יא גיבן 10 דאלער, און דאס איז אויך נאר א מיטל אוועקצושטיפן די אנגסט פון טראכטן וועגן 'פסח', דערנאך די קעמפ הוצאות פאר די יונגעליך מיידליך גייען ניטאמאל אין קעמפ זיי ווארטן אז א קרובה זאל זיך מרחם זיין און לאדענען פאר שבת אין קאנטרי.

בקיצור מען קען און מען דארף מאריך זיין אין די נושא די מציאות איז עס איז א פאקט אז עס דרייען זיך עניים הגונים לרחצה אונטער די פוס, נאר האט נישט די גאטס צו זיין א שנארער, יא די געשמאקע יונגערמאן וואס דו פארברענגטס אין בור אין שטוב איז נישטא קיין עסן. וואונדער'סט זיך אז ער כאפט זיך צום תיקון ווייל דאס איז זיין שפייז אויפן טאג, און ביינאכט האפט ער צו טרעפן א שמחה זיך אנצוזעטיגן.

איך האב לעצטענס באטראכט די אידן וואס קומען צו חתונות ביים טאנצן און זעטיגן זיך מיט נאגעטס און לאקשאן וויפיל צער עס גיסט זיך פון זייערע אויגן און זיי זענען גאנץ לייטישע אידן אין ביהמד''ר

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 2:34 pm
דורך פעינטער
מייקס ביסרטא איז פיינע נייעס.
אין די לאפט איז אויך זייער פיין.
באט די איקער זאך פין פיין דייניג איז נישט אזוי ווייט די עסן סיס די גאנצע ארויס גיין.
וועגען דעם די לאפט פאר א בארא פארקער איז נישט אינטערסאנט.
אבער ער האט פיינע עסן.
רעזערוו קאט איז אויך זייער פיין.
בקיצור מען הייבט אן מיט איין אין מען גייט וייטער מעפראבירט אויס דעם נעקסטען

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:35 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
פעינטער האט געשריבן:מייקס ביסרטא איז פיינע נייעס.
אין די לאפט איז אויך זייער פיין.
באט די איקער זאך פין פיין דייניג איז נישט אזוי ווייט די עסן סיס די גאנצע ארויס גיין.
וועגען דעם די לאפט פאר א בארא פארקער איז נישט אינטערסאנט.
אבער ער האט פיינע עסן.
רעזערוו קאט איז אויך זייער פיין.
בקיצור מען הייבט אן מיט איין אין מען גייט וייטער מעפראבירט אויס דעם נעקסטען

די לאפט איז אין הארץ פון בארא פארק און עס איז אלץ אנגעשטאפט מען קען זיך דארט ניט רירן דאס איז נאר אויב די ווילסט גיין בלויז פאר די עסן ווייל דאס איז יא זייער גוט דארט אבער אויב ווילסטו גיין אלץ די אוטינג אלץ די ארויסגיין מיין איך אז דאס איז נישט די פלאץ

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 12:57 am
דורך שמעקעדיג
קאוריג האט געשריבן:ארויסגיין עסן מיט די ווייב איז נאך אזוי וויכטיג ווי געבן פאר א ירושלימע משפחה שבת צו מאכן, און אסאך פעלער אויב נישט פאר די סאפער וואלט די געגאנגען פאר א טערעפיסט, נישט ממש באט יו געט די פוינט, ארויסגיין עסן און פארברענגן רואיגערהייט בויעט, פארשטערקערט און פארריכט רילעישאנשיפס, ווען א קאפל גייט ארויס מ'זעצט זיך אוועק עסן אין א רואיגע אטמאספערע אהן קיין קינדער, וועש, דישעס, טויס, וכו' נאר ער מיט זי, און דעטס איט, מ'קען זיך אויסשמועסן, לאכן, פארברענגען, רילעקסן אינאיינעם, דאס איז א וויכטיגע באשטאנדטייל אין א געזונטע רילעישאנשיפ

הונדערט פראצענט ס'איז וויכטיג ארויסצוגיין. אבער אי משום הא, קען מען פונקט אזוי יוצא זיין מיט א נאכטמאל וואס קאסט א צענטל די פרייז - א קנאפע 50 טאלער.

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 1:09 am
דורך וואלווי
ס'איז אבער דא א מושג וואס הייסט זיך לאזען וואול גיין. איך מיין נישט איינער וואס ספענד געלט ווי מיסט. אבער א יעדער פאר פאלק אדער אינדיווידיועל קען אמאל דא דארט ספענדען גוט געלט אויף א געזונטען אופן מיט אן אנלימיטעד וועג זיך צולאזען וואולגיין ס'גארנישט ראנג מיט דעם. אדרבה אויב מען ענדזשויט עס דעזערווט מען פאר זיך אליינס אן ענדשוימענט און אנדערקענונג. עדאלטס האבן אויך א קינדערעשקייט אין זיך וואס מ'דארף קער נעמען אויף א געזונטען וועג.

און נאכדערצו גייט מען ארויס גוט זאט צופרידען מיט א ברייטען שמייכל און מ'שפאצירט שטייט מיט די האנט אין דע טאש באקוומערהייט...

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 2:37 am
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאוריג האט געשריבן:ארויסגיין עסן מיט די ווייב איז נאך אזוי וויכטיג ווי געבן פאר א ירושלימע משפחה שבת צו מאכן, און אסאך פעלער אויב נישט פאר די סאפער וואלט די געגאנגען פאר א טערעפיסט, נישט ממש באט יו געט די פוינט, ארויסגיין עסן און פארברענגן רואיגערהייט בויעט, פארשטערקערט און פארריכט רילעישאנשיפס, ווען א קאפל גייט ארויס מ'זעצט זיך אוועק עסן אין א רואיגע אטמאספערע אהן קיין קינדער, וועש, דישעס, טויס, וכו' נאר ער מיט זי, און דעטס איט, מ'קען זיך אויסשמועסן, לאכן, פארברענגען, רילעקסן אינאיינעם, דאס איז א וויכטיגע באשטאנדטייל אין א געזונטע רילעישאנשיפ

הונדערט פראצענט ס'איז וויכטיג ארויסצוגיין. אבער אי משום הא, קען מען פונקט אזוי יוצא זיין מיט א נאכטמאל וואס קאסט א צענטל די פרייז - א קנאפע 50 טאלער.

שוין, גיי לערן גוי מיט א ברטנורא.

ביי אן אתרוג זאגסטו אויך אז כל זמן ער איז א רחב בבסיסו און איז נישט איבריג קרעציג, קען מען יוצא זיין מיט'ן אומבא'חנ'ט ירוק'ל וואס מ'האט געקויפט פאר עטליכע גראשן פון א מלך-המשיח יארמולקע אויף דער גאס? יוצא זיין זאגסטו? סארא גערעדאכץ איז דאס. לעסט טיים איי טשעקט, איז דער שולחן ערוך געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה.

בכל אופן, דעם ארימען בית-שמש איד אין א זייט, דער לאָפֿט איז געוואלדיג גוט. ס'איז אבער טייער, און מחמת דער לאקאציע וואקסן די שתילי בארא-פּארק סביב לשולחנך.

מאבּאַט וואלט גוט געווען פאר שמעקעדיג אויב זאל ער ווען גלייכן איזרעלי פוד, א טובל און ארויס. א פרעס, א פופציגער, די אכילה איז כמעשה און איז אפען דוכט זיך ביז שפעט.
דער שור-הבר און לוויתן האַלטן זיך אבער נישט אויף דארט, און פאר ראמאנס צוועקן איז שוין סטארבאקס בעסער.

רעזערוו-קאָט איז ווי מ'זאגט פיינע נייעס, פארט אבער האלט איך אז ס'איז היפש אוועררעטעט. ס'גוט אריינצופאלן דארט אמאל אמאל, שלא יאמרו אז דער עולם הזה איז געגעבן געווארן בלויז פאר די גבירים וועלכע צאלן אן איבריג צוואנציגער צו פלאשן די טוילעט מיט באטטלד-ספרינג וואסער. לפענ"ד קען מען אבער האבן אלץ פון ראמאנס ביז דער סאמע בעסטער אכילה ערגעץ אנדערש און פאר ביליגער, רואיגער און אן דעם וואס די עסן זאל זיך אזוי לאנג מתמהמה זיין.  איך פערזענליך גלייך זייער בּארדאוי אין פלעטבוש, הגם כ'בין שוין נישט דארט געווען פאר א לאנגער צייט.

לע-מארעי איז עפעס ערגעץ אינדערמיט. היפּש עפפארדעבל, אפען ביז חצות, די אכילה איז וואויל כאטש נישט איבערגעטריבן, און די סערוויס קען ווען זיין אביסל בעסער. אוועראלל א געשמאק פלאץ פאר דעם עמך פרעסער, און עני טיים בעסער פון די היימישע יאפּטשיק צענטערן.

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 8:35 am
דורך שמעקעדיג
דער עולם האט נישט געכאפט מיין כוונה, איך האב נישט אריינגערעדט אין די דעבאטע וואו עס איז בעסער צו עסן, וואס פארשטיי איך דען, איך האב נאר געזאגט אז אויב די כוונה איז נישט די טייערע עסן, נאר דער שלום בית און די אויסלופטערן, דאן מוז עס נישט זיין אויפ'ן טייערסטן אופן. אדרבה, אז מען דארף נישט ספענדן א מאיאנטעק, קען מען דאס טון אפטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 8:54 am
דורך יואלי וואלפסאן
שמעקעדיג איר דארפט פארשטיין אז דער עיקר סיבע פארוואס דאס ארויסגיין איז גוט פאר שלום בית איז טאקע ווייל ס'קאסט אסאך!
דאס ווייב זעט ווי חשוב זי איז אז מיין מאן לאזט זיך קאסטן פאר מיר. אין אנדערע ווערטער א קאפל קען ארויסגיין עסן אין די טייערסטע פלאץ מיט א קיופאן ס'וועט העלפן א רעטעך פארן שלום בית...

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 9:28 am
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט אזוי זיכער דערין. ואין הפנאי עמדי להאריך.

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 9:33 am
דורך שאולדיספריםפאקער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין נישט אזוי זיכער דערין. ואין הפנאי עמדי להאריך.

איך שטום צו מיט דיר