בלאט 1 פון 1

היסטארישע אסיפה וועגן מאלעסטעישען פאר באבובער מלמדים

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
שוין יאאאארן וואס מ'פארפירט וועגן די שרעקליכע מגיפה פון מאלעסטעישען וואס קומט ליידער פאר ביי אונז און וואס מ'רעדט אזוי ווייניג פון דעם. ליידער האט עס שוין געקאסט אסאך קרבנות. אסאך מלמדים ווייסן נישט ווי אזוי צו דערקענען אויף א קינד אויב ער גייט נעבעך דורך אזא שרעקליכע זאך, און אזוי דארפען מלמדים וויסן די הארבקייט פון די טמא'נע מעשים.

אויפ'ן באפעל פון באבובער רב האט מען היינט נאכמיטאג צאמגעזאמעלט אלע מלמדים פון מוסדות בני ציון באבוב און מ'האט געגעבן א פרעזענטעישאן אויף דעם גאנצען ענין. מ'האט גערעדט וועגן סימנים צו דערקענען אויף א קינד אויב ער גייט ח"ו דורך מאלעסטשעישען און ווי אזוי צו מאכן קינדער באקוועם צו רעדן און דערציילן אויב עפעס געשעהט צו זיי.

אויך האט מען געגעבן פאר די מלמדים די terms צו וויסן און פארשטיין וואס עס גייט פאר און ווי אזוי אזא שרעקליכע זאך מאכט חרוב די נפש פון א קינד.

די אסיפה איז א רעוואלאשען אין די חסידישע וועלט און איז נאר די ערשטע אסיפה. ווי מ'געט איבער וועט קומען נאך א פיל גרעסערע אסיפה וואס וועט זיין פאר אלע עלטערן ווי מ'וועט רעדן וועגן די ענין אז עלטערן זאלן וויסן די חומר הענין און מחנך צו זיין די קינדער ווי אזוי נישט צוצוקומען צו אלעכע זאכן און וואס צו טוהן אויב ח"ו ס'געשעהט יא.

Re: היסטארישע אסיפה וועגן מאלעסטעישען פאר באבובער מלמדים

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 8:40 pm
דורך נעגעל וואסער
קוקט אויס ווי זאכן רוקען זיך יא פאראויס. טאקע זייער שטאט, אבער סלאולי באט שורלי.

דאס איז א נושא וואס איז געווען טאבו, און קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו רעדן דערוועגען, ווער רעדט נאך ברבים. ס'געווען סאך געשמאקע צו זיך באגראבן דאס פנים און דער ערד, און דעקלערן אז ביי אונז הייליגע יודן קומען נישט פאר אזאנע מעשים. צוביסלעך זעהט מען איין אז דאס געים קען נישט אזוי אהן גיין, א שאד מ'האט זיך געכאפט אזוי שפעט.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:47 pm
דורך איש את רעהו
10 יאר צוריק בינ'ך געווען איינגעשטעלט פאר עטליכע וואכן אין א מוסד
האב איך יא געהערט דארט צווישן די איינגעשטעלטע אז מען רעדט דערפון בהוראת האדמו"ר צו די איינגעשטעלטע
וואס איז יעצט מער חידושים געווען ?

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:27 am
דורך נולד מאוחר
נישט צימאכן א צימעס דא , קומט זוך קרעדיט פאר נחום ראזנבערג

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:45 am
דורך שמעון וואלף
נולד מאוחר האט געשריבן:נישט צימאכן א צימעס דא , קומט זוך קרעדיט פאר נחום ראזנבערג


און דאס אז מ'האמיר אזא שטארקע סעקיוריטי ביים עירפארט קומט זיך קרעדיט פאר בין לאדין

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 7:37 am
דורך אישתישבי
שמעון וואלף האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:נישט צימאכן א צימעס דא , קומט זוך קרעדיט פאר נחום ראזנבערג


און דאס אז מ'האמיר אזא שטארקע סעקיוריטי ביים עירפארט קומט זיך קרעדיט פאר בין לאדין


לדבריך קומט קרעדיט פאר אנטלאנטיק סיטי רבי.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 8:02 am
דורך איך אויך
איש את רעהו האט געשריבן:10 יאר צוריק בינ'ך געווען איינגעשטעלט פאר עטליכע וואכן אין א מוסד
האב איך יא געהערט דארט צווישן די איינגעשטעלטע אז מען רעדט דערפון בהוראת האדמו"ר צו די איינגעשטעלטע
וואס איז יעצט מער חידושים געווען ?

ב''ה איך האב געהאט א גוטן שמעק גלייך ווען דו ביסט אהערגעקומען, טענקס פארען קאנפערמען.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 3:39 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
נולד מאוחר האט געשריבן:נישט צימאכן א צימעס דא , קומט זוך קרעדיט פאר נחום ראזנבערג

יא דאס איז ראזנבערג טיימס זאכן רוקן זיך שוין איינמאל פאראויס יעדע קליינע בחורל ווייסט היינט וואס מיינט מאלעסטעשין יעדער ווייסט שוין היינט וויאזוי זיך צו היטן פון די חזירים

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:48 pm
דורך ארי נוהם
זאכן ריקען זיך טאקע אין בעסערן ריכטינג ב"ה.

מיין חבר, א יונגעמאנטשיק, אן איינגעשטעלטער (פראפעשינעל פיעלד) אין אפאר מוסדות, איז נישט לאנג צוריק געגאנגען פאר א לאנגע צוועלף שעה קורס ווי מהאט אדורכגעטון אלעס איבערן נושא פון מאלעסטעישען, וויאזוי עס צי דערקענען, און די עצות צו העלפען די וואס זענען עס אדורך ל"ע.

קלאר אז זאכען פארבעסערען זיך, און דייקא ברצון המוסדות.