בקשה פון תושבי מאנסי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

בקשה פון תושבי מאנסי

שליחה דורך דעת זקנים »

ראטעוועט! פארמיידט א חילול השם איום ונורא!

ווי באקאנט פירן די אנטיסעמיטן א קאמפּיין אויפצוקלערן די מינאריטעטן געמיינדעס אז מיר חרדי'שע אידן זענען ראסיסטן. זיי פּרובירן אויפצוהעצן די לאטינא און שווארצע געמיינדעס אז מיר חרדים גנב'ען פון זיי, רויבן פון זיי, און דערנידערן זיי. אזעלכע העצערייען האבן שוין געקאסט אידישע קרבנות אין די פארגאנגענהייט (איין משל, די קראון הייטס ראיאטן אין 1991.)

דער צורר היהודים עד דעי אין ראקלענד קאונטי פירט שוין יארן א מערכה אפצופארבן די חרדי'שע אידן ווי ראסיסטן וועלכע גנב'ען געלט פון די שווארצע און היספּאנישע אין די לאקאלע גאווערמענטס און סקול באורד. בלויז פאראיאר פורים האט ער געמאכט א גאנצע איבערקערעניש נאכדעם וואס קינדער האבן אויפגעהאנגען אן עפידזשי פון א שווארצן פיגור, אז די חרדי'שע אידן האבן דערמיט געמיינט צו וויי טאן די שווארצע קאמיוניטי און ס'האט געקאסט טעג פון שווערע עסקנות ארבעט און ריזיגע סכומים געלט צו בארואיגן די געמיטער פון די שווארצע קאמיוניטי.

ליידער שטעלט זיך ארויס אז געוויסע מענטשן ביי אונז זענען מורא'דיג לייכטזיניג און אומוויסנד. אין די לעצטע פאר טעג האבן די עסקנים פון השומרים געדינגען שווארצע גוים און זיי אנגעטאן העמדער מיט ראסיסטישע שפאטישע ווערטער וועלכע חוזק'ן אפּ פון סמארטפאון באניצערס און פארגלייכן זיי צו דעם גוי וועלכער טראגט דעם העמד (נעמליך, א שווארצער וואס איז מכלומר'שט א שרעקליכער לוזער, ווייל ער האט נישט קיין פּרנסה און ווייב און קינדער. איראניש האט איינער פון די גוים געזאגט אז ער ארבעט שווער צו שפּייזן זיינע זעקס קינדער, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס האבן די עסקנים געארבעט שווער אים צו איבערצייגן אז סמארטפאונס זענען נישט גוט, אבער האבן אים נישט אויסגעזאגט וואספארא שונד-העמד זיי צווינגען אים צו טראגן.)

ס'פעלט נאר אויס אז איין מענטש זאל טרענסלעיטן פאר די שווארצע וואס ס'שטייט אויף די העמדער, אדער גאר גיין צו די אלע אנטיסעמיטישע גרופּעס וואס פירן מערכות מיט אונז און ס'וועט אנקומען צו די מידיע און מאכן א שרעקליכן חילול השם. ס'וועט פראוון די באשולדיגונגען אז מיר זענען אומסענסיטיווע קאלטבלוטיגע מענטשן וואס מיינען נאר זיך.

דערפאר בעט מען אז ווער ס'קען זאל אנרופן הרב שלאמיאק, און אים בעטן מיט גוטן און מיט בייזן אז ער זאל זען אז די געפערליכע זאך זאל זאפארט אפּגעשטעלט ווערן, פאר ס'ברענגט ביטערע קאנסעקווענצן.
(שוין אפּגערעדט פון דעם אז ס'לערנט אויס די יונגווארג גרויליגע מדות. ס'איז א בושה און א חרפּה אז גלות-אידן זאלן זיך אזוי אויפפירן. מיר זענען אין אמעריקע אלס געסט, און מיר דארפן אויסלערנען אונזערע קינדער צו זיין רעספּעקטפול צו פרעמדע מענטשן)

*COPY PASTE*

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר