ניגון יו"ט עהרליך - חבלי משיח א' - שלאף מיין קינד מיין נשמה.
1) ציווישן ווילדע פרעמדע חיות, ארומגענימען
פארציקנדע וועלף טוען שרייען, און זיי ברימען
זיי זענען דאך פוהל מיט רשעות שלעכט זעהן זיי אויס,
און אינמיטן אן אומשולדיג שעפעלע טרעפט נישט קיין וועג ארויס.
1) זיי טועהן נענטער און נענטער קומען, זיי נעמען איר ארום
און זיי שארפן זיך די ציין זיי ווילן איר שלעכטס טוהן.
די שעפעלע קוקט פוהל מיט ציטער, זי קען נישט אנטלויפן
צום באשעפער טוהט זי וויינען און בעהט ער זאל איר העלפן
2) דער באשעפער מיט רחמנות פון הימל קוקט אראפ
זיין אומשולדיג שעפעלע לאזט ער גארנישט אפ
ער זעהט ווי די וועלף ווילן איר צורייסן, ער לאזט זיי גארנישט טאהן
די שעפעלע ער היט פון די ווילדע חיות, ער איז מיט איר פון שטענדיג אהן
1) פאלק ישראל פוןו שטענדיג אהן געטוהן אינטער דריקן
די בייזע גוים ווי ווילדע חיות געוואלט איר פארצוקן
ציווישן 70 פעלקער ארומגענימען, געליטן צרות און פיין
די שלעכטע גוים פוהל מיט רשעות געוואלט איר מבער זיין
1) כשה אחת בין שבעים זאבים, איז ישראל געגליכן
אלע וועגן, וואו איר ווייטוהן, טוען זיי זוכן
מיט א געוויין, טוהט זי זיך, צום באשעפער קערן.
ער זאל שוין, איר געבעהט, שנעל אויסהערן
2) און זאל פון די ווילדע גוים איר אויסלייזן,
און זאל שוין זיין שטארקע האנט , פאר איר ווייזן.
דער באשעפער טוט זיין פאלק נישט פארלאזן
און די גוים איר פארלענדען, טוט ער נישט לאזן
2) פאלק ישראל נאך אביסל ס'וועט נישט נעמען לאנג
וועט משיח מיט זיין אייזעלע קומען אין זיין גאנג
נאר אביסל מיט געדולד, נישט גאר לאנג נאך
וועט דער באשעפער אראפ נעמען, פון אונז דעם גלות יאך.