בלאט 1 פון 2
א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:58 pm
דורך תורה ומדע
א.פרנסה בהיתר בלי גניבה מאנקעל סעם
ב. מכשולות פון שיקן די טעכטער, היי סקול גרעדועטס לסמינר מעבר לים אפילו לארץ ישראל
ג.הייבען דאס לעוועל פון למודי חול אין חדרים און אין ישיבות
ד.עפענען קאללעדזשעס פאר אינגעלייט על טהרת הקודש
ה. באצאהלען פנסיעס פאר מלמדים און טיטשערס
ו.הייבען די וועדשעס wages פאר מלמדים
ז.מבטל די מחלה וואס רופט זיך קאנטרי
ח. דיזיינען א קאריקולום פאר אונזערע קינדער, אינגלעך און מיידלעך, וואס זאל דעקען אידישע היסטוריע און השקפה וכדו׳
ט. זיכער מאכען אז ישיבות לאזען אריין תלמידים אויף אללע לעוועלס פון לערנען און דיסקרימנירען נישט קעגען אזעלכע וואס דארפען הילף, אדער קעגען די וואס קענען נישט באצאהלען די געשוואלענע שכ״ל פרייזען.
י. אוועקשטעלען א מוסד אין א פארמאלע ״טינק טענק״ צו אנאליזירען און אקאמאדירען דער פונאמענע וואס רופט זיך אט״ד
לייגט צו וואס איהר האלט, רבותי.
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:02 pm
דורך לבלר
א צייטונג וואס האט "פרידאם אוף ספיטש"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:47 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מברויך שאפען א קעדילעק פאר ר׳ משה גרין. ווייל ס׳פאסט נישט. ער׳ס די איינציגסטער אויף די קול קורא אהן די קעדי. אפשר וועגען דעם צוהט ער האלב וועגס צוריק. אויך ברויך מען איהם שיין אפבאדען אין מאכען שיינע פיאות אזוי ווי די נועם המידות. דאמאלט וועט אלעס קלאפען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:49 pm
דורך שבת אחים
לבלר האט געשריבן:א צייטונג וואס האט "פרידאם אוף ספיטש"
דעס האבן מיר שוין ב״ה.
׳דער וועקער׳
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:49 pm
דורך תורה ומדע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:57 pm
דורך תנחום
תורה ומדע האט געשריבן:ב. מכשולות פון שיקן די טעכטער, היי סקול גרעדועטס לסמינר מעבר לים אפילו לארץ ישראל
פאר איך געב מיין חתימה, זיי ביטע מסביר וואס זענען די מכשולות
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:21 am
דורך לבלר
א "נאָן פראפיט" בית דין סיי פאר הכשרים אין סיי פאר דין וחשבון (באצאלט חודישלך)
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 7:49 am
דורך קורקלענד
היימישע 'נאן פראפיט' ארגענעזאציעס זעלבסט דארפן א תיקון גדול אין טראנפערענסי אין אפענקייט בנוגע זייערע געשאפענע געלטער. ס'דא היימישע ריזיגע ארגענעזאציעס וואו ס'נישט דא קיין שום וועד וואס שטייט אויף די געלטער. און ווער רעדט נאך פון א פרעמדע אַודיטינג פירמע.
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 8:49 am
דורך שמעקעדיג
תורה ומדע האט געשריבן:ה. באצאלן פענסיעס פאר מלמדים און טיטשערס
ו. הייבן די וועדזשעס (wages) פאר מלמדים
ט. זיכער מאכן אז ישיבות לאזן אריין תלמידים אויף אללע לעוועלס פון לערנען און דיסקרימינירן נישט קעגן אזעלכע וואס דארפן הילף, אדער קעגן די וואס קענען נישט באצאהלען די געשוואלענע שכ"ל פרייזן.
האיך יתקיימו שניהם? די עלטערן צאלן שוין היינט שפאט-ביליגע שכר לימוד, פון וועלכע מען האנדעלט נאך אראפ, טייל צאלן בכלל נישט צוליב זייער מצב הפרנסה, די מוסדות שטיקן זיך, די שטאטישע פראגראמען זענען לעצטנס אויך פוחת והולך, בלויז געציילטע מוסדות באצאלן די איינגעשטעלטע באצייטענס מיט מסירת נפש. שטעלט זיך די פראגע, מהיכן ירק זה חי, פון וואו דארפן די מוסדות נעמען נאך מער געלט צו העכערן דאס געהאלט פון מלמדים, און זיי נאך צאלן פענסיע..?? האסט א לאגישע מהלך דערצו?
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 9:04 am
דורך תורה ומדע
יא. מען זאל אסר'ן אלע סאציעלאגישע אזוי-גערופענע צדקות ווי למשל בוני עולם, רופא חולים קענסער, תהלים כולל, וכדו' פון מאכן ריזיגע אווענטס און רעיזען מיליאנען דולער פאר זייערע צוועק, און אנשטאט דעם זאלן די זעלבע ריסארסעס גיין פאר חינוך, מלמדים, טרעינינגס, ספעשל עד וכדו'.
היינט איז א מצב וואס קיין שום נארמאלער אינגערמאן וועט נישט אפילו קלערן פון א קאריערע אין חינוך ווייל ער וויל האבן עפעס א פינאנציעלע סטעביליטי און פיוטשור.
להבדיל א פאבליק סקול טיטשער מאכט שיין פרנסה מיט בענעפיטס, איז אפ-טו-דעיט אין חינוך טרעינינג, האט די סופפארט פון פארשידענע פראפעסיאנעלע לייט וואס געפינען זיך צו די האנט אין דער DOE, און נאך 20 יאהר קען ער זיך געזעגענען מיט א הערליכע פענסיע.
בוני עולם און רופא חולים וכדומיהם קענען רעיזן פאנדס ביי די פאר ביליאנערן אין כלל ישראל וואס יעדער ווייסט ווער זיי זענען. א איד וואס פארמאגט עטליכע ביליאן דאללער מעג אוועקגעבען 20 מיליאן א יאהר ולא ידע בשכבה ובקומה..
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 9:28 am
דורך תורה ומדע
תנחום האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:ב. מכשולות פון שיקן די טעכטער, היי סקול גרעדועטס לסמינר מעבר לים אפילו לארץ ישראל
פאר איך געב מיין חתימה, זיי ביטע מסביר וואס זענען די מכשולות
עס זענען דא כמה מכשולות אין דעם.
1. די מיידלעך ווערען צו זעלבסשטענדיק, איבער פאפרומט, אדער פונקט פארקערט, זייער יונג, און מאנכע גייט זיי שפעטער שווער אין שידוכים מחמת זה
2. זיי דרייען זיך ארום אין די ירושלים'ער גאסען בלי שום השגחה וואס די תוצאות פון דעם זענען נישט גוט
3. שבת און יו"ט איז פשוט הפקר מען עסט ביי פאמיליעס און מדרייט זיך ארום דער שטאט פארלוירען און בלי שום עול
4. מען פאהרט ארום זעען ארץ ישראל אסאך מאהל אין גרופעס מיידלעך אהן השגחה. מען שלאפט אין האטעלען אין גליל אויף דעם טאטעס קרעדיט קארטעל..
5. די פרייזען פאר א יאהר אין א"י זענען בערך 25000 דאללער אהן עירפעיר, רוב עלטערען האלטען נישט ביי דערביי, נאר "משום וואס טוט מען נישט פאר די קינדער" אדער "שידוכים" פאר'חוב'עט מען זיך אויף קרעדיט קארטן רח"ל.
6. דאס איז אויסער די "מעשים אשר לא יעשו" וואס האבען שוין פאסירט כמה פעמים דורך אנשי צוות.
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 10:11 am
דורך גראף
א היתר פאר די וואס מיינען אז מען מוז שלאגן כפרות מיט טשיקען און נאך דערצו א עקסטרע טשיקן פאר איעדע קינד באזונדער.
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 10:48 am
דורך קורקלענד
שמעקעדיג האט געשריבן:האיך יתקיימו שניהם? די עלטערן צאלן שוין היינט שפאט-ביליגע שכר לימוד, פון וועלכע מען האנדעלט נאך אראפ, טייל צאלן בכלל נישט צוליב זייער מצב הפרנסה, די מוסדות שטיקן זיך, די שטאטישע פראגראמען זענען לעצטנס אויך פוחת והולך, בלויז געציילטע מוסדות באצאלן די איינגעשטעלטע באצייטענס מיט מסירת נפש. שטעלט זיך די פראגע, מהיכן ירק זה חי, פון וואו דארפן די מוסדות נעמען נאך מער געלט צו העכערן דאס געהאלט פון מלמדים, און זיי נאך צאלן פענסיע..?? האסט א לאגישע מהלך דערצו?
שכר לימוד רייסן זיי וויפיל מ'קען רייסן. און סערוויסעס שטעלן זיי צו וויפיל זיי דארפן. מיט די איבעריגע געלטער טוען זיי וואס זיי ווילן.
די שטאטישע פראגראמען זענען פארברייטערט געווארן זייט דיבלאזיא אויף א נישט נארמאל פארנעם. אזויפיל האט עס אויפגעטוען אז מצווינגט איצט יעדן צו באצאלן מער ווייל אויב האסטו נישט מאך וואוטשערס. און אפילו פון די א.ג. ארימע וואס באניצן זיך מיט כל מיני פראגראמען און די מוסדות מאכן אויף זיי פי כמה פון וואס מען פארדינט אויף איינער וואס באצאלט קעש, האבן א גרויס חלק פון די מוסדות אנגעהויבן רעכענען געלט אויף די זייט שלא ביושר.
ס'דא מוסדות וואס נעמען נישט נאר וואוטשערס ווייל ס'מער געלט. על פי רוב
פרומערע שטיבער. און אז איינער האט אפאר דאלער איז מעגליך אז וועט נאך דאס געלט פארשפילן אבער איינער מיט וואטשערס איז די קעשפלאו פארזיכערט ווייל די טשאנסעס פון פארשפילן די עניות איז נישט גרויס, ספעציעל ווען מ'איז אגעבינדן אין די גאווערמענט'ס חסדים.
וואס קענען טוען די אלע 'בעלי בתים' וואס מאכן 75K צו 125K אויף די ביכער א יאר?
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 11:23 am
דורך טמיר
די מציאות איז אז מיט די אלע פראגראמען צוזאמען, סטראגלען די מוסדות צו סארווייווען.
געב א קוק דא
http://www.npr.org/sections/money/2012/ ... -to-school די אסטראנאמישע סכומים וואס יעדע קינד אין פובליק סקול קאסט (אין נ. י. $18000 א יאר!) און נאכדעם זאג מיר אויב $250 א חודש פלאס די פראגרעמס איז גענוג
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:37 pm
דורך קורקלענד
אז די פובליק סקול ספענדט אזעלעכע געלטער מיינט עס נישט אז ס'דארף אזויפיל קאסטן. דיין קשיא איז שוין פארענפערט צווישן מיינע ווערטער. אז איך וועל אמאל האבן צייט וועל איך עס באשרייבן קלארער.
אין דיין לינק אליין שטייט אז אין יוטא קאסט עס זעקס טויזנט א קינד און אין ניו יארק אכטן. מיינסט טאקע אז ס'דארף דא באמת קאסטן אזויפיל מער?
איך וואלט דיר אויך געראטן אויפצוקוקן די גרעידס פון ניו יארק און יוטא, ס'גאנץ מעגליך אז דארט קומען ארויס שענערע פירות טראץ וואס ס'קאסט נאר א דריטל.
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 2:18 pm
דורך טמיר
אמת אז עס דארף נישט קאסטן אזוי סאך, אבער עס געט א שטיקל איידיע. אפילו וועסט שניידן האלב וועט נאך אלץ זיין $9000. יוטא איז נישט אזא ראי' ווייל אלעס איז דארט ביליגער אריינגערעכנט וועידזשעס
Re: א ליסט פון וויכטיגע ענינים צו זאמלען חתימות
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 2:20 pm
דורך טמיר
לבלר האט געשריבן:א "נאָן פראפיט" בית דין סיי פאר הכשרים אין סיי פאר דין וחשבון (באצאלט חודישלך)
ביי מיר איז דעיס העכסטע פראיאריטעט
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 3:00 pm
דורך קורקלענד
טמיר האט געשריבן:אמת אז עס דארף נישט קאסטן אזוי סאך, אבער עס געט א שטיקל איידיע. אפילו וועסט שניידן האלב וועט נאך אלץ זיין $9000. יוטא איז נישט אזא ראי' ווייל אלעס איז דארט ביליגער אריינגערעכנט וועידזשעס
כ'קען נישט קאמענטירן ווייל איך בין נישט אזוי באהאווענט מיט די נומערן און ווי אויך פארמאג איך איצט נישט די צייט דאס אדורך צו טוען. אבער אויבן אויף פארשטיי איך אז אין יוטא איז טאקע די קאסט פון לעבן ביליגער. אבער דאך דעס אז ס'איז א דריטל פון די פרייז איז מעגליך נישט נאר וועגן די סיבה. די נפקא מינה איז צו גרויס.
און ווער זאגט אז האלב פון די געלט איז יא די ריכטיגע פרייז. ס'מעגליך צו שניידן רוב און האבן אזא גוטע חינוך. קוק דורך די ביכער העסטו זעהן אז רוב געלט קען גיין לאיבוד און ס'אינטערעסירט קיינעם.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 1:35 am
דורך תורה ומדע
לבלר האט געשריבן:א "נאָן פראפיט" בית דין סיי פאר הכשרים אין סיי פאר דין וחשבון (באצאלט חודישלך)
בתי דין צו פירען דיני תורה בישרות ובלי לקיחת שוחד ופסק געלט.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 10:15 am
דורך קאווע טרינקער
תורה ומדע האט געשריבן:לבלר האט געשריבן:א "נאָן פראפיט" בית דין סיי פאר הכשרים אין סיי פאר דין וחשבון (באצאלט חודישלך)
בתי דין צו פירען דיני תורה בישרות ובלי לקיחת שוחד ופסק געלט.
שוין געווען אזא בית דין, דענק נישט גענוי, כמדומה ר' יעקב הורביץ פון בית מאיר איז געווען אינוואלווד. ס'האט אבער נישט געטויגט.
דארפסט פארשטיין, אז ווען ס'דא אן ערענסטע קעיס, זוכט מען די בעסטע טוענים (וואס יענע בית דין האט נישט אריינגעלאזט!) און די בעלי דינים וועלען זיך נישט פארלאזן אויף א מעדיקעיד בית דין.
ס'געקומען די צייט ארויסצוגיין פון די באקס און געבן לעבן-רעכט פאר רבנים אויך. רעד אמאל צו א רב העסטו זעהן אז ער זוכט נישט צו הרגענען און באגנב'נען מענטשן.
מיין שכן, א רב, פירט אסאך דין תורה'ס, ער קען דיר פארציילן אזעלעכע זאפטיגע לשון הרע אויף בעלי בתים, פון די סארט וואס ס'איז תצא מזה ומזה.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 11:47 am
דורך לבלר
דו האסט א פוינט. אבער וויאזוי ארבעט OU לגבי הכשרים, די בעל מכשיר מאכט א פעני מער פאר יעדער נייער קלייענט? ניין, סא פארוואס הייסן זיי נישט קיין "מעדיקעד הכשר"? ס'נעמט צייט אבער אין די לאנג ראן וועט די בית דין האבן א שיינע נאמען.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 12:20 pm
דורך קורקלענד
אין התאחדות מאכט די בעל מכשיר יא א פעני מער פאר יעדע נייע קליענט? חוץ אויב איצא איז פארעכנט אלץ בעל מכשיר. או. יו. איז טאקע א גרויסע ארגענעזאציע אבער זיי האבן אויך א סעילס טיעם און א גרויסע אקאונט וועט מען דארט אויך נישט לאזן פאלן.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 4:56 pm
דורך קאווע טרינקער
א זאך וואס איז ווערט, קאסט מער.