היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius

מאיז נאכנישט זיכער אויב סאיז פון Ramses The Great דערווייל איז עס נאר א השערה, ער האט געלעבט B.C. 1279-1213.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

וואס טוען די אלע כופרים ווי.. וואס גלייבן נישט אז עס איז געווען אזא זאך ווי פרעה, אפגערעדט יציאת מצרים?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אך אין וויי אויב דיין אמונה איז באזירט אויף אזעלכע געפונונגען.

ווען די וועסט טרעפען זעקס הונדערט רייט וועגאנער אין ים סוף, וואס ב.ד.וו. איז אויך נישט זיכער ווי דאס איז, קען מען רעדן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג האט געשריבן:וואס טוען די אלע כופרים ווי.. וואס גלייבן נישט אז עס איז געווען אזא זאך ווי פרעה, אפגערעדט יציאת מצרים?

זיי מסביר, ווער פונקטליך גלייבט נישט אין פרעה? אויף דעם איז דאך געבליבן עדות, אין מצרים איז געוועהן אסאך פרעה׳ס-קעניגן, דעס לייקענט קיינער נישט ווייל די עגיפטער האבן געהאלטן רעקארדס און סאיז געבליבן עדות. יעצט איז די שאלה געוואנדן צו דיר און אלע גלייביגע, אויב האבן זיי געהאלטן רעקארדס און אראפגעשריבן אינטערסאנטע ערשיינונגען ווי איז די מעשה מיט די צעהן מכות? קריעת ים סוף? מתן תורה???

נישטא גארניקס! זעראו!.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווי ווילסטו עדות אויף מתן תורה, עס איז דאך געווען פארשטיפט אין א אומבאוויסטער מדבר.
און ווי קען מען ערווארטן איבערבלייבענישן פון די וואנדערונגען ווען געגעסן און געטרונקען האט מען בלויז פון אובערנאטורליכע קראפס, און לויט חז"ל אז די וואלקענס האבן אפגעווישט בערגלעך (ווייל עס האט נישט געקענט אונטערהייבן די אידן) האט עס מסתם אפגעווישט אלע איבערבלייבענישן.

און באשר עשר מכות, אוודאי איז פארהאן עדות, עס איז פארהאו די באקאנטע פאפיראסן וואס שילדערן כאאס אין מצרים דם ואש ותמרות עשן.

און וועגן קריעת ים סוף, שמחה יאקאבאוויטש טענה'ט אז דער ים סוף וואס אידן זענען דורך בחרבה איז בכלל נישט דער סואיץ גאלף פונעם רויטן ים, נאר א טיילווייזער אזערע ביים רצועה צווישן דעם רויטן און אטלאנטישן ים, אמאל איז עס פיל און אמאל ליידיג. ווען די אידן זענען אנטלאפן פון די מצריים האט דאס ביסל וואסער אינעם אזערע געארבעט לטובת בני ישראל און לרעת המצריים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך גראף »

איך האב אמאל געזעהן א טיווי שאו אויף יציאת מצרים און עשר מכות מיט קריאת ים סוף און דער אטיעסט פראפעסער האט געהאט אלע מין תירוצים פארוואס - אויב עס איז געשעהן איז עס אלס נאטירליך עפ''ל. אזוינע שטותים אז איך ווייס נישט פארוואס ער האט עס פראבירט צו פארענטפערן.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אוודאי איז עשר מכות געווען נאטורליך, דער אבן עזרא זאגט עס קלאר אין חומש, אויך דער אברבנאל האט א גאנצער מהלך וויאזוי אלע מכות זענען געווען נאטורליך. וואס איז דען מכת ארבה אויב נישט נאטורליך?!
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אין רמב"ם פ"ח מה' יסודי התורה שמועסט טאקע אויס אז די יודן האבן נישט געגלייבט אין משה מכח די אלע נסים אין מצרים, ווייל המאמין בנסים יש בלבו דופי. די עיקר אמונה איז מכח וואס עינינו ראינו ולא זר ווי הקב"ה רעדט פה אל פה צו משה, ווי עס שטייט אין פסוק וגם בך יאמינו לעולם. עיי"ש.
( נאר אינטערעסאנט צו אנמערקען אז די וואס האבן נישט געגלייבט דערין איז נאר געווען מכח אז ס'וואלט געקענט זיין כישוף, אז ס'זאל קענען זיין טבע דאס איז זיי נישט בייגעפאלן . )
איינמאל ס'נתברר געווארען ביי מתן תורה אנכי ה' אלוקיך וגו' איז דאס א ראיה למפרע אויף אלע נסים אין מצרים איז געווען נסים פונעם אייבערשטען, אין אויף דעם מאכן מיר אונז די אלע זאכן זכר ליציאת מצרים, צו תמיד געדענקען אז יש מנהיג לבירה וואס פירט זיך זיין ווערטשאפט ואית דין ואית דיין. וכמו שהאריך ברמב"ן פ' בא. ס'וועט אייביג זיין וואס גלייבן נישט, ווי דער רמב"ן שרייבט לא יעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל רשע וכופר וכו'. אין א זמן פון א מבול פון כפירה דארף מען זיך מער מחזק זיין, אין טאקע איבערגעבען צו די קינדער ווייטער די ריכטיגע השקפה.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז דא א שיינער מאור ושמש איבער דעם ענין, און די רבי אין חידושי תורה ברענגט א נזר הקודש אויסשמועסענדיג דעם ענין באריכות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער אבן עזרא טייטשט די מכות פונקט ווי דער מלמד אחן חדר, מער ווייניגער. ער האט גארנישט קיין נאטורליכע וועג מסביר צו זיין וויאזוי וואסער ווערט בלוט. אפשר וועלען אנדערע זאגען אז נשתנו הטבעים.

סתם אזוי, די ׳נאטורליכע׳ פשט איז אוממעגליך און נעריש. היסטאריא איז אייביג געשריבען דורך די וואס האבען געזיגט. די מצריים האבען דורות לאנג געליטען פון זייער דורכפאל און זענען נישט געווען גערעכענט אלס עפעס א וויכטיגע פאלק. זיי האלטען דאך נישט ביים אראפ שרייבען זייער פעלערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער אבן עזרא זאגט טאקע נישט דירעקט אז די מכות זענען געווען נאטורליך, ער דערמאנט אבער ביי עטליכע מכות אז בדומה צו דער מכה קען פאסירן דורך פגעי הטבע, צ.ב.ש. ביי חושך דערמאנט ער אז בדומה לזה זעהן די שיפס מאטראזן א געדעכטער וואלקן אין ים וואס פארפינסטערט דעם ארום פאר א וויילע. ביי די מן ווארפט ער טאקע שפיזן קעגן חיווי הבלכי וואס וויל ראציאנאליזירן די מן. דער אברבנאל קומט אבער יא מיט א ראציאנאלער מאדעל פאר די מכות. דם ביי אים איז דאכט זיך פון א פיש מלחמה וואס האט פארבלוטיגט און פארפעסטעט די וואסער ביז אלע פיש זענען געשטארבן און די וואסער פרעש זענען ארויס געשפרינגען פון דארטן און געשטארבן אינדרויסן אנמאכנדיג אן עיפוש וואס האט געברענגט לייז, בהמות עפעדימיעס, די טויטע בהמות האבן אנגעברענגט מאסקיטן און פארשידענע חיות נבלות פרעסער, און פון דארטן צו מענטשליכע פאקן. עין שם ותמצא מה שתמצא.

דער ספורנו דאכט זיך זאגט אז מכת דם איז נישט עכטע בלוט, נאר א רויטער קאליר. בלעטער ארום דער מקראות גדולות און דו וועסט טרעפן א סך אינטרעסאנטע פירושים אויף די מכות. נאטורליך ווייסט מען היינט אז אלע צעהן מכות קען זיין יתכן בדרך הטבע. עס מאכט זיך אמאל אז א טייך טוישט קאליר, אמאל צו גרין אמאל צו געהל און אמאל צו בלוט רויט. ניצוץ אחד יוצא מגוגל שלך און דו וועסט זעהן אומצאליגע בילדער פון אזעלעכע אינצידענטן.

חושך געשעט ווען א וואלקאן בארג ברעכט אויס, די אש שטויב קען אמאל פארפינסטערן א שטח גרויס ווי א קאנטינענט. דער צמח דוד ברענגט פון די ספרי העמים אז איינע פון די גרויסע מלכים האט אמאל פארלוירן א מלחמה צוליב א פלוצלינגדיגער פינסטערניש וואס האט פארפינסטערט זיין לאנד פאר עטליכע טעג. אמאל האט מען געמיינט אז דאס נעמט זיך פון די מזלות אדער געטער אדער געטליכע כוחות, היינט ווייסט מען אז די זאכן פאסירן דורך א וואלקאן בארג. שמחה יאקאבאוויטש ווייזט אויף אז בימי יציאת מצרים האט א מעכטיגער וואלקאנאו אויסגעבראכן אינעם קראיטישן אינזל דרום גריכנלאנד.

פון דא גייט מען צו מכת בכורות אויף וואס יאקאבאוויטש טענה'ט (געהערט מפה קדשו) אז עס מאכט זיך אמאל אין יענע געגנטער אז א געדעכטער גאז קומט ארויס פון די ערד און שוועבט בערך א פיס העכער די ערד, די מצרישע בכורות אין מצרים פלעגן אין יענע צייטן שלאפן אינווייניג אויף די ערד כאות כבוד (די יונגערע פלעגן שלאפן אינדרויסן אויף די דעכער).

דו זאגסט אז מצרים איז שפעטער געווען שוואך, איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט מיט דעם ארויס ברענגען, אבער זיי וויסן אז עגיפטן איז שטענדיג געבליבן א סופער מאכט עד היום הזה כמעט אן הפסק, פון די צייטן פון שישק און נכו, דורך די תלמיים ביז די מאמעלוכן. אפילו ווען עס איז געווען אונטער אנדערע קולטורן און רעדזשימען איז דער מצרישע אידענטיפיקאציע און נאציאנאלער סיסטעם קיינמאל נישט אפגעשוואכט געווארן. כמעט נישטא נאך א לאנד וואס האט פארמאגט אזא לאנגער איבערלעבונגס היסטאריע
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך מפוזרי »

שמחה יאקאבאוויטש, מי הוא זה?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אן אמעריקאנער מאדערן ארטעדאקס איד וואס וואוינט אין ארץ ישראל. ער איז אן ארכאלאג וואס טוט בעיקר אין אפיר זיכן ארכילאגישע באווייזן אויף אלטע מיטוסער, אזויווי די עקסידוס (יציאת מצרים), יאשקעס תליה, אטלאנטיס ארץ הפלאים (המוזכר בכתבי אפלטון).
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך גראף »

@מושב זקנים אודאי קען די מכות געשעהן נאטירליך.. אבער אז עס זאל געשעהן איינס נאך די צווייטער נאנסטאפ איז נישט מסתבר אז ס'איז געשעהן פון זיך ''נאטירלעך''.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

moshav zekeinim האט געשריבן:אוודאי איז עשר מכות געווען נאטורליך, דער אבן עזרא זאגט עס קלאר אין חומש,

moshav zekeinim האט געשריבן:דער אבן עזרא זאגט טאקע נישט דירעקט אז די מכות זענען געווען נאטורליך
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

:o
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

גראף האט געשריבן:@מושב זקנים אודאי קען די מכות געשעהן נאטירליך.. אבער אז עס זאל געשעהן איינס נאך די צווייטער נאנסטאפ איז נישט מסתבר אז ס'איז געשעהן פון זיך ''נאטירלעך''.

האסט געזעהן וואס איך האב געברענגט פונעם אברבנאל?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך גראף »

@מושב יא איך האב געזעהן. און? וואס מיינט דעס , אז די גאנצע זאך איז געשעהן פון זיך אליינס און די היברוס האבן גענומען די קרעדיט פאר זייער ג-ט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: היסטאריש! ריזיגע סטאטוע פון פרעה רעמסס געטראפן אין מצרים

שליחה דורך גראף »

און אנדערע ווערטער דו זאגסט אז עס וואלט סיי ווי געדארפט צו געשעהן?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז קלאר אז די ראציאנאלע מהלכים איז זייער נישט היימיש און נישט אויסגעהאלטן מיט די כוונת הכתוב, ווייל ע"פ פשטות הכתוב האבן דא געדארפט פאסירן מורא'דיגע ניסים וואס וועט זיין דער סימבאל פון סאמנסטע מעשה ניסים לדורות. מען זעהט אז משה האט ע"י כוח הנבואה אלעס פאראויס געזאגט, און דווקא דורך פארשידענע פעולות און תנועות זענען די דיזעסטערס געשען, הכלל עס איז קלאר אז דער רצון פונעם כותב התורה איז אז מיר זאלן זעהן די זאכן פון איבערנאטורליכע ברילן. די ראציאנאליסטן זענען אבער געבליבן סטאק מיט די תורה ומצוות אדער גאר זיך פארליבט דערין זעענדיג דערין א מעגליכקייט דאס צו ניצן פאר פילאזאפישע אידעעס, האבן זיי פראבירט צו ראציאנאליזן די מעשה ניסים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט