בלאט 1 פון 1

פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:47 pm
דורך פעדער
א אידל שלאפט אויסגעצויגן אויף א באנק אין מעזבוז.
א אידל שלאפט אויסגעצויגן אויף א באנק אין מעזבוז.
552942_273972986034293_1927178547_n.jpg (31.41 KiB) געזען געווארן 981 מאל

"אינעם קרעטשמע אויפ'ן באנק ליגט א שיכור דארט ,
אן אנדערער מיט א געטראנק זויפט פון יעדן סארט.
איוואן, אלעקס, וולאדימיר,
וויין מיט ברוינפן אהן א שיעור.
ריקט אריין א גלעזעלע וויין......

און פון די זייט .
כראפעט הויעך און שטאט
א אידל מיט א בערדל לאנג און ווייט.
אויפן באנק אויסגעשטרעקט
די פנים מיט די הענט צוגעדעקט
די רעקל נאך אנגעטוהן האט ער געהאט..

דו האסט גענומען א אידישע נשמה.
געלייגט אויף אינטערנעט, ער האט נישט קיין נחמה
יעדער דארף מיטהאלטן ווי ער שלאפט אויסגעצויגן
אויף א באנק אין גאס מיט פארמאכטע אויגן....

טייערע אידעלע שטארק דיך לאך דיך אויס
שלאפדיך וואויל ווייטער, גאר גוט אויס.
קוק נישט וואס אנדערע טוען לאכן און זיך דערקוויקן.
דער עיקר איז אז דיין קערפער האט באקומען דעם תיקון.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:46 am
דורך לעמיל
אייזען שטארק! קיף אן יאר גאד ווארק

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:04 pm
דורך טעפל
wow א געוואלדיג בילד, גאר גוט ארויסגעברענגט דעם איד אין קרעטשמע

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:31 pm
דורך פיקציע
שיינע ארבעט מיט א פלעכט פון הומאר