Boro Park foodmart

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

געהערט אז היינט אינדערפרי איז געוועהן דארט מארשעלס אפצושפארן דעם גראסערי.

ווייסט איינער מער פרטים און פארוואס?

ער איז (ביז נישט צו לאנג צוריק) געוועהן די איינציגסטע גראסערי אין בארא פארק צו זיין אפן 24 שעה, רוב בארא פארק האט שוין מן הסתם אמאל געמוזט צוקומען צו די גראסערי טאקע פארדעם.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווער נאך איז אפן 24 שעה?
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:ווער נאך איז אפן 24 שעה?

Goldberg's
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

אישתישבי האט געשריבן:מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.

קומט שוין מארשעלס?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפי השמועה: אז איינער (א איד) האט אפגעקויפט דעם בילדינג און וויל עס איבערמאכן פאר אפיסעס. און ער האט איהם געהייסן ארויסגיין. און ער וויל נישט אפפוצן. איז געקומען דער מהרש"ל און איהם געצווינגען ארויסצוגיין...נאר ס'איז מסתמא דא נאך א פאר (אומבאוויסטע) קאפיטלעך צו די מעשה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: איז געקומען דער מהרש"ל

בערל, איך זעה אז דו האסט נאך גלוי צדיקים.. וויייסט דעך אפשר וואס ווערט געברענגט (בשם ר' יענקעלע דוכט זיך) אז גילע צדיקעם אז גרעסער ווי גילא איילעיאהע :roll: :קראנק
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אויך בינגאו'ס שולד?
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קלוגע יודל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה
Under influence
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?

וואסארא מעשה?

ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה

קיינמאל געהערט דערפון.
איז עס געוועהן עפעס מער ווי מיט מעקסיקאנער פון אנדערע גראסעריס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס הער איך אייביג נאר ווען ס'שוין דערנאך :cry:
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אויך געהערט אז מען האט פארקויפט די הויז און די נייער לענדלארד האט איהם געהעכערט די רענט נאך $11,000.00 א חודש און אזוי ווי אסאך אידעלעך היינט האלטען ליידער אז מסירה מיינט מען נישט מיר האט ער גערופען די מארשעלס.

מסתמא גייט מען דארט כמנהג בורו פרק מאכען נאך א באנק, ווייל בורו פרק האט נאך נישט גענוג (איבער 20) אבער זיי צאהלען רענט...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.

פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.

ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האיטלקי: איך געב דיר טאקע נישט קיין לייק ווייל איך בין מסכים מיט דיר. היינטיגע צייטן אין אונזער דור יתום (יתמי דיתמי. ווי אונזער באליבטער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פלעגט ליעב האבן צו קרעכצן אויף פעיפער.) וואס דער מצב איז אז ס'איז ליידער נישטא צו וועם צו גיין. ווייל די געציילטע רבנים וועלכע זענען יא קוואליפיצירט צו פיהרן אן אמת'ע דין תורה זענען דאך ביזי אונטערשרייבן קול קןרא'ס אקעיגן בנימן נתן יהוא און דעם בעלזער רב. (מ'דארף זיי אפשר מודיע זיין אז די חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן א קאלקוירע אקעיגן זיי....) און דער בהמה מיט די קעלבערנע צורה וועלכער האט געשריגן ווי א קעלבל ווען ביבי איז געווען אין די יו.ען. בילדינג. ער איז דאך א געשוואלענער עם הארץ, וועלכער איז אנגעפרעסן מיט חלב ונבילה וטריפה סטעיק. מ'קען דאך עס אפליינען פון זיין אויסגעפאשעטע, מגושם'דיגע צורה. ער איז דאך זיכער נישט קיין אמת'דיגער רב. אפשר ביי די ניו יארק פאוסט הייסט ער א ראביי...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הרב החסיד רבי סענדר דייטש ע"ה איז געווען גאר א גוטער שרייבער מיט זייער אינטערסאנטע ארטיקלן, א גאלדענע פעדער מיט א רייכע שפראך, ס'איז כמעט נישט דא היינט אזאנע שרייבער, זיינע ארטיקלן זענען געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען, און ווערט נאך איבערגעשריבן ביזן היינטיגן טאג.

רבי סנדר איז געווען פון די ראשי קהילה אין סאטמאר מיט א שיטה קעגן ציונות און זיינע ליינער זענען אויך געווען סאטמערע אידן מיט דעם זעלבן מיינונג און ווי פארשטענדליך האט ער געדינט זיין און זיין ליינערס אינטערעסע. גארנישט ראנג דערמיט.

רבי סנדר פארזענדליך האט געהאט א הארץ פון גאלד, ער האט געהאלפן גאר אסאך מענטשן, און געטוהן עסקנות ווי ס'האט נאר אויסגעפעלט, ער איז געווען זייער א רעספעקטירטער מענטש ביי אלע זיינע באקאנטע, ער האט נישט אנגעצויגן קיין גרויסע מערכות מיט קיינעם, אפילו פון די סאטמערע מחלוקת בשעתו קומט נישט ארויף זיין נאמען נעמענדיג א ערענסטע טייל דערין, ער איז געבליבן רעספעקטירט ביי אלע סאטמערע פראקציעס.

בערל האט עפעס א בלינדע מערכה קעגן אים, און שרייבט אזויפל מאל זיינע עקספייערטע שטותים צו וואס קיינער האט דערווייל נישט געפונען פאר וויכטיג צו ענטפערן, אז ס'הייבט שוין אן אויסצוקוקן אמת'דיג, דערפאר וויל איך קלארשטעלן אז כאטש יעדער אשכול פארמאגט א דאזע פון די חאזעריי און כאטש ס'ווערט יעדן טאג ארויף געפירקלט די גראפיטי זיינע אפאר מאל, (למשל די דאזיגע אשכול רעדט פון א גראסערי, ווי קומט אריין דא רבי סענדר?) דאך זייט זיכער אז לא דובים ולא יער, ער דערציילט עפעס א בייזער חלום וואס קיינער פון יענער תקופה קען נישט פותר חולם זיין. אדרבה נעמט אפיר א ארטיקל פון רבי סנדר און איר וועט זיך באלעקן די פינגער, שטייצעך אויב טיילט איר נישט די זעלבע בליק מיט אים אויף ציונות וועלט נישט אויס א ארטיקל פון די נושא.

און צו רבי בערל וויל מיר וואונטשן אריכות ימים ושנים נחת פון אייניקלעך, זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין דא אין שטיבל, אבער דיינע פריוואטע אנגעלעגנהייטן לאז ארויס, אויב האט ער דיר נישט געוואלט געבן א דזשאב אדער איז דא עפעס א משפחה מחלוקה מיינט נאך נישט אז ער איז געווען דער אומגערעכטער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: א יישר כח פאר דיינע גוטע ווינטשן. איך וויס נישט ווי אלט דו ביסט לאורך ימים ונשים. ביז 120 געזונטע יארן. אבער איך בין געווען איינער פון ר' סענדער'ס פלייסיגסטע ליינערס. איך האב געווארט בכליון עיניים ווען דער איד קומט ארויס. און איך זאלל קענען ליינען זיינע ארטיקלען. איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט פון זיין אופן און סטייל פון שרייבן. כולי עלמא מודי אז ס'איז היינט (כמעט) נישטא נאך א שרייבער וועלכער שרייבט אזוי גוט און פליסיג אידיש. און עפ"י דיקדוק. איך האב טאקע עררייכט א סאך ידיעות פון איהם. סך הכול, מיין קריטיק אויף איהם איז אז ער האט צומאל פארדרייט פאקטן און מצבים אז ס'זאלל שטימען מיט זיין אידעאלאגיע. אבער דו און די אנדערע אידעלעך (למשל, ש---) מאכן א גרויסן און פונדאמענטאלן טעות. ווען איך שרייב עפעס וועגן איהם שרייב איך נישט מכח שנאה. פארקערט, איך האב זייער שטארק רעספעקט פאר איהם. און איך האב איהם געקענט פערזענליך אויך. אלץ וואס איך שרייב איז מיט מיינע (אפשר נארישע) מליצות. סאו דער עולם דארף נישט שפירן אז זייער בלוט פרעשור גייט ארויף. ווייל ס'איז בכלל נישטא איבער וואס. העכסטנס קענמען געבן א שמייכל. ווייל דאס איז מיין מטרה... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וויפל מאל זאל מען שמייכלן פון די זעלבע אומ׳דזשואק?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וויפיהל מ' וויל. חוץ אויב כ'האב אנגערירט עפעס א נערוו. אזוי ווי איך טענה שוין פון לאנג. אדער אפשר ביסטו א קרוב. אזוי ווי איך האב א שכן. אויב דאס איז דער פאל, בעט איך דיר איבער מלכתחילה/למפרע...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

ווער געדענקט נאך ווען ער האט געהאט צוטון מיט "כשר גארדען/חזיר"
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: Boro Park foodmart

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך אויך האט געשריבן:דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.

(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).

שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.

דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).

כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.

למעשה האבן אונז אלע בארא פארקער הנאה געהאט פון די סערוויס פון א 24 שעה געשעפט.
פארשפארט