בלאט 1 פון 1

טראמפקעיר - American Health Care Act

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 7:37 am
דורך שבת אחים
איינע פון די הויפט אישו׳ס און טעהנ׳ס אויף אבאמא מצד די ריפובליקאנער און אנדערע רעכטע גרופעס איז געוועהן ״אבאמאקעיר״, יעצט נאך טראמפ געווינס פון די ווייסע הויז האבן די רעכטע ענדליך זיך גענומען צו ריפלעיסן ״אבאמאקעיר״ מיט ״טראמפ קעיר״, די ריפובליקאנער האבן טאקע פארגעשלאגן זייער אייגענע ווערסיע פון העלט-קעיר וואס איז ווי געראכטן שטארק לטובה פאר די אינשאורינס קאמפעניס און נישט פאר די אמעריקאנע פאלק, לויט עקספערטן וועלן אינטער טראמפקעיר מיליאנען אמעריקאנער פארלירן זייערע העלט-קעיר, און רוב טענות און מענות וואס זיי אליינס האבן געהאט אויף ״אבאמאקעיר״ איז געבליבן די זעלבע פראבלעם מיט ״טראמפקעיר״.

טראמפ ווען ער איז געלויפן האט צוגעזאגט פאר די אמעריקענע פאלק צו ריפלעיסן אבאמאקעיר מיט א בעסערע סיסטעם, יעצט זעהט מען אז ״בעסער״ האט געמיינט בעסער פאר די ״אינשאורינס קאמפניס״ און נישט פאר די אינשאורער זעלבסט.
לאזט אייך הערן אייערע מיינוגען.

https://en.m.wikipedia.org/wiki/America ... h_Care_Act