בלאט 1 פון 1

משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:48 pm
דורך איש את רעהו
אין די ספרי שו"ת געפינט מען א שמועס צו מיט שיקן פאר א צווייטען א ספר, חידו"ת צו מען איז דער מיט יוצא די מצות משלוח מנות, אין רש"י שטייט מיני מגדים, טייל פוסקים האלטן אז די עיקר ענין איז להרבות רעות דערפאר איז מען דערמיט יוצא די חוב פון משלוח מנות, עי' בתרומת הדשן ומנות הלוי.

יעצט שטויס איך מיר אהן אין א נייע מין שיקן משלוח מנות, נעמליך תלמידים פון א סאטמארע מוסד האבן שושן פורים געשיקט צו זייער מנהיג א משלוח מנות פון דפים גמרא
דהיינו מען האט שעות לאנג געלערנט אין חדשי שבט אדר בלעטער גמרא, עס צו קענען אפשיקן צו זייער מנהיג פאר א משלוח מנות געשאנק
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] געפינט מען ערגעצווי צו דעם א מקור ?

נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:56 pm
דורך ליפא
שושן פורים קען מען שיקן א שירעם אויך. נישטא א חיוב שושן

נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:11 pm
דורך איש את רעהו
די משלוח מנות באריכטעט
5246856.jpg



ליפא האט געשריבן:שושן פורים קען מען שיקן א שירעם אויך

יתכן אז פורים האט מען עס מזכה געווען , און שושן פורים איז געווען די נתינה ברבים

נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:42 pm
דורך שמעון וואלף
שוין אן אלטע מחלה. ביי אנדערע פלעצער איז איינגעפירט אס מ'גיבט דפים גמרא און שעות רצופות אלץ דרשה געשאנק.

וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 12:51 am
דורך גר ותושב
וואס מיינט מען געט שעות רציפות פאר א רבי? מגעט עים די גן עדן דערפון?

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 2:00 am
דורך גראף
ס'איז פאוני בעלאני. עס איז גוטע פ.ר. פאר די טאטעס צי קוועלען אין שול אז זייער בחור איז אויף דער גרויסע סיין אין ביהמ''ד. דער מנהל און משגיח וראש ישיבה באקומען אסאך גוטע גריסען און מעגליך אפילו א גרויסע טיפ. ביי דער סעודה אינדערהיים קוועלט שוין די מאמע ווי אזוי איהר פערצן יעריגע צדיק גייט זיין א דיין איין טאג און טיען א הערליכען שידוך.

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 4:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פ"וו האט מען נאר אהער געשטעלט האלב די שלחמנות? די ישיבה קטנה בחורים האבען גע׳לערנט׳ און די ישיבה גדולה בחורים האבען זיך אונטערגענומען (אונטערגעהאלטען) עפעס וועגען סמארטפאונס, ובא זה ולימד על זה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 4:18 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין אן אלטע מחלה. ביי אנדערע פלעצער איז איינגעפירט אס מ'גיבט דפים גמרא און שעות רצופות אלץ דרשה געשאנק.

וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן

שמעון וואלף: מיט דעם ביניך מסכים מיט וואודרידזשע רב זז"ג. אין אלע דורות ביז היינט האט דאך דאס אידישע פאלק ארויסגעגעבן גדולי ישראל . צדיקים, מתמידים וחסידים. פארוואס האט מען קיינמאל פריער נישט געהערט פון דעם געדאנק...?! נאר, דאס איז עפעס אן איינפאל פון א בויך סברא אין די סאקמער'ע קהילה. וואו מ'וויל דאך און מ'שטרעבט דאך צו זיין אנדערש און בעסער פון כלל ישראל...!

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 5:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כמבואר במקו"א, דער וואודרידזשער רב זז"ג האט פארדאמט דאס וואס מ׳דרייט יונגע בחורים א קאפ, פארוואנדלען דער תורה וואס דארף זיין זיס אין א סיגוף מיט וואס מ׳מוטשעט זיך.
נאר אין די פאל האב איך נישט קיין מורא דערפון. א חבר מיינער איז אריין אין סאטמארער ישיבה ווען זיי האבען געלערנט רציפעס אלס א זכות פאר׳ן ברך משה׳ס געזונט צושטאנד. ס׳איז נישט דא וואס מורא צו האבען פון דער סיגוף. וכמו שרמזתי למעלה לגבי די סמארטפאונ׳ס וואס איז אויך קיין גרויסע סיגוף נישט.

נאר האמת ניתן להאמר אז רצופות שטאמט נישט פון סאטמאר. די סלאנימער האבען עס אנגעהויבען און דארט אי עס טאקע א סיגוף. איך קען עלטערע יונגעלייט וואס ליידען נאך פון די קאשמארען פון שובבי"ם אין סלאנים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 5:32 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף דעם וואס דו זאגסט אז אין סלאנים האטציך עס אנגעהויבן, האביך א תשובה. נאר איך בין 1000 פערצענט אז די הנהלה גייט עס מעקן. שרייב איך עס בעסער נישט. והמבין יבין . אדער והיוון מבין...!

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 1:59 pm
דורך יעקב מענטש
אני בעניי זעה נישט וואס איז דער פראבלעם דערפון ?

די בחורים זענען אין זיבעטען הימל נאכדעם, זאל זיין אזוי!

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 2:41 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: די ישיבה גדולה בחורים האבען זיך אונטערגענומען (אונטערגעהאלטען) עפעס וועגען סמארטפאונס, ובא זה ולימד על זה.


קבלות איז דאך נישט שייך וואס צו דן זיין
אבער לימוד התורה איז גאר א אינטערסאנטע היכ"ת פון שיקן משלוח מנות, עס איז יתכן אז אויב נאר בזכות די אנדרייעניש אז מען גייט דעם רבי'ן געבן משלוח מנות האבן בחורים געלערנט איז מעגליך אז ס'הייסט עפעס געשיקט פאר יענעם.



שמעון וואלף האט געשריבן:

וואדריזשע רב זז"ג מאכט כסדר ליצנות דערפון ווי מ'מאכט משוגע די בחורים צו לערנען רצופות שובבים - א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה - און נאכדעם גיט מען עס נאך אוועק פאר'ן רבי'ן



עס איז ערגעץ געדריקט/ רעקארדעד ?



יעקב מענטש האט געשריבן:אני בעניי זעה נישט וואס איז דער פראבלעם דערפון ?
די בחורים זענען אין זיבעטען הימל נאכדעם, זאל זיין אזוי!

אויב איז עס פורים געמאכט פינעם בחור, האסטו אים גארנישט געלערנט סתם חוזק געמאכט פון א אומשילדיג בחור.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 2:54 pm
דורך אייז קריעם
איך געב יעדן צופרי און ביהמ"ד מתנות לאביונים.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 10:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
WhatsApp Audio 2017-02-07 at 9.18.38 AM.mpeg
(1.05 MiB) אראפגעלאדנט 205 מאל

דאס איז די פייל פון די וואודרידזשע רב וועגען רצופות

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 11:08 am
דורך אייז קריעם
הערליך, הערליך. יישר כח.

עליו הכתוב אומר חכמת המסכן בזויה.

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 1:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אייז קריעם האט געשריבן:הערליך, הערליך. יישר כח.

עליו הכתוב אומר חכמת המסכן בזויה.

ס׳איז שוין דא אויף איהם א פאר אשכולות. אז דו האסט וואס צוצולייגען, אל תמנע טוב מבעליו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 4:21 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
WhatsApp Audio 2017-02-07 at 9.18.38 AM.mpeg

דאס איז די פייל פון די וואודרידזשע רב וועגען רצופות


שטארקע רייד.

די האסט אים אפגעטעיפט ?

Re: משלוח מנות מיט בלעטער גמרא, האט עס א מקור ?

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 4:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, ס׳איז ארום געלאפען, איך געדענק נישט ווי איך האב עס באקומען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk