בלאט 1 פון 1

ישראל'ישע יוגענטליכער ארעסטירט פאר פאלשע באמבע ווארענוג

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:14 pm
דורך יתרו
מיט ווייטאג און צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז מען האט ארעסטרירט א בחור אין ישראל וואס ווערט פארדעכטיג און מאכן א גרויס חלק פון די לעצטע 175 פאלשע באבע ווארענוגן אין אמעריקע. דער בחור האט דועל סיטענזינשיפ פאר ארץ ישראל און אמעריקע. עס איז נאך צו פרי צו שאצן די שאדן וואס אזא פאברעך וועט האבן אויף אידן בכללות און אויף ארדטאדאקסן בפרטיות.
http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-U ... lls-484990

נישט חרדישע בחור

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:35 pm
דורך מיש-נייעס
איך ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א "חרדישע בחור"
ליין די ארטיקל
There are still few details available about the suspect’s profile, but he is not in the IDF, not ultra-Orthodox, at some point made aliya and possibly has psychological problems and few friends.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:41 pm
דורך כלבאשבוע
יתרו האט געשריבן:א חרדישע בחור אין ישראל


אבי געשאסן.

viewtopic.php?f=3&t=8190&p=366485#p366485

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
כבר היה לעולמים. אין כל חדש תחת השמש. ס'איז שוין געווען עטליכע פעלער פון אזעלכע און ענליכע שטיקלעך. נאר נישט אויף אזא פארנעם. מסתמא ווייל די טעכנאלאגיע איז נאכנישט געווען אזוי שטארק פארגעשריטן ווי זי איז היינט צו טאג.

אבער וואס ס'איז אינטרעסאנט איז, אז אין א יעדן פאל אן אויסנאם איז דער אנשטעלער פון די פאלשע באמבע סטראשונקעס צו אידישע אינסטיטוציעס געווען א אידישער בחור. ליידער א ביסל א צודרייטער.מיט עמאציאנעלע פראבלעמען און א ליידיגייער. אן א דזשאב. אן א משפחה ווי ווייב און קינדער. די פראפייל איז די זעלבע. דאס אז מ'האט געכאפט און ארעסטירט דעם טונקעלן פארשוין אין מינעסאטא די פארגאנגענע וואך אויף די באשולדיגונג אז ער איז געווען אונטער די אלע פאלשע קאללס, איז טאקע געווען א חידוש. און א יוצא דופן. אבער די פראפייל איז כמעט די זעלבע. איינער מיט א הויכע מאס פון אינטעליגענץ. וואס קען זיך גוט אויס מיט און קען גוט מאניפולירן מיט די טעכנאלאגישע כלים.

די מסקנא פון דעם אלעם איז אז ס'האט נישט געהאט קיין פשט און קיין שום ניצן אריינצופאללן אין היסטעריע איבער די פאלשע סטראשענונגען. ווייל די אמת'ע געפאר פאר די אידן אין אמעריקע ליגט ערגעץ אנדערש. אין די פילע גרופירונגען פון עקסטרעם רעכטע און לינקע משוגעים וועלכע גלייבן אין קאנספיראציע טעאריעס. און זיי ווערן געטריבן דורך פסעוודא-אינטעלעקטואלן (פאלשע אינטעלעקטואלן). און אויך עטליכע וועלכע געבן זיך אן אלס רעווערענדס. און זיי העצן אן דעם המון עם אז אין אלעם זענען די אידן פון אמעריקע און פון די וועלט שולדיג.

Re: שאק און שוידער חרדישע בחור ארעסטירט פאר פאלשע באמבע וואר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:57 pm
דורך סאשי פיש
גבאים ביטע טוישען די פאלטשע קעפל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:23 pm
דורך יתרו
איך זע דער עולם דא איז זייער עמפינדלך אז מען זאל דעפינירין ריכטיג די לעבעלס מילא האבן מיר געטוישט די טיטל פון חרדיש צו ארטאדאקסיש, ואתכם החרדים אל דבר ה' סליחה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:34 pm
דורך ליפא
מ'איז עמפינדלעך צו שקר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:35 pm
דורך מיש-נייעס
סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:36 pm
דורך מיש-נייעס
ליפא האט געשריבן:מ'איז עמפינדלעך צו שקר


ק"ש פעיק נויז! :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:37 pm
דורך מיש-נייעס
עניוועי שכוח יתרו פארן ברענגן די נייעס
און אזוי ווי ס'דא עפעס חדשות פליעז זעה צו אפדעטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:38 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
יתרו האט געשריבן:איך זע דער עולם דא איז זייער עמפינדלך אז מען זאל דעפינירין ריכטיג די לעבעלס מילא האבן מיר געטוישט די טיטל פון חרדיש צו ארטאדאקסיש, ואתכם החרדים אל דבר ה' סליחה.


פון איין פאלטש קעפל צום צוייטע. ווער זאגט אז ס'בכלל אן ארטעדאקסישע? אז די מאכסט עס גאר פאר א 'קעפל'???

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:38 pm
דורך ליפא
מיש-נייעס האט געשריבן:סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

יא יא, כאילו ער פארשטייט נישט...
אגב אפאר טאג צוריק האט א אינגערמאן געהארגעט אן EMT ארבייטער אין די בראנקס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:42 pm
דורך מיש-נייעס
ליפא האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:סאו אז א ארטעדאקסישע נישט קיין חרד'ישע פאסט זיך שוין נישט צו שרייבן בחור עס קלינגט בעסער יוגענטליכער

יא יא, כאילו ער פארשטייט נישט...
אגב אפאר טאג צוריק האט א אינגערמאן געהארגעט אן הצלה מעמבער... אין די בראנקס...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 6:33 pm
דורך יודישע שרייבער
יתרו האט געשריבן:מיט ווייטאג און צער ווערט אויפגענומען די בשורה אז מען האט ארעסטרירט א בחור אין ישראל וואס ווערט פארדעכטיג און מאכן א גרויס חלק פון די לעצטע 175 פאלשע באבע ווארענוגן אין אמעריקע. דער בחור האט דועל סיטענזינשיפ פאר ארץ ישראל און אמעריקע. עס איז נאך צו פרי צו שאצן די שאדן וואס אזא פאברעך וועט האבן אויף אידן בכללות און אויף ארדטאדאקסן בפרטיות.
http://www.jpost.com/Israel-News/Dual-U ... lls-484990

אויך איז אינטרעסאנט וואס ס'וועט זיך יעצט אויסקאכן צווישן טראמפ און טורקס....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:02 pm
דורך מיש-נייעס
בילד פונם 19 יעריגן ארטאדאקסישער בחור :lol: ביים ערשיינען אין געריכט זאל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
איינער פון די שומרים/גארדס איז אן ארטאדאקסישער איד מיט א קאפל. מעגליך אז פון דארט נעמט זיך דער טעות. ווייל דער באשולדיגטער, ווי ער ווערט געזעהן אויף איינס פון די בילדער, גייט אן א קאפל. און איז (מסתמא) א חילוני...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:18 pm
דורך יתרו
קען זיין, אבער צומאל טוט מען זיך אויס די קאפל און אזעלעכע מצבים עיין ערך הרוצח של קלצקי.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:23 pm
דורך מיש-נייעס
ווענד זיך צו יתרו איז קודם מתן תורה בא אדער לאחר מתן תורה בא
אנפאנג שרייבט ער א חרדישע בחור און צום סוף אן א קאפל איך ניטאמאל קיין בחור... ניטאמאל קיין ארטאדאקס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
מיש-נייעס. דער לייק איז פאר דעם גוטן ווערטל. איך גלייך זייער שטארק גוטע, טרעפליכע ווערטלעך. נישט ח"ו פוגע צו זיין אין כבוד פון ..."יתרו"...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:43 pm
דורך יתרו
שיקט מיר איינער אין אישי אז דאס איז גאר א מוסלימענער, וטעות לעולם חוזר האבן מיר געטוישט די קעפל צום צווייטן מאל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:47 pm
דורך ליפא
איך הער אז ער איז טרענסדזשענדער, שרייב ''בחור/מיידל''