בלאט 1 פון 2

עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 2:24 pm
דורך Easy Shopping
עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
פאר מער אינפארמאציע קליקט דא amzn.to/2oa5XLW

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:06 pm
דורך החוקר
עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.

Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 10:02 pm
דורך גר ותושב
החוקר האט געשריבן:עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.

פאר א גויטע וועט עס לכאורה דויערן אסאך לענגער.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 8:48 am
דורך נאטירליך
אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 8:50 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 7:45 pm
דורך Easy Shopping
זיי טוען אויך אנדערע סערוויסעס קליקט אויף Amazon Home Services
ווי צום ביישפיל
House Cleaning, Home Improvement, Assembly, Computer & Electronics, Yard & Outdoors, Smart Home Services an

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
באשטעלט פאר זונטאג בדיקת חמץ. א רעוויו וועט נאכפאלגן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:13 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מ׳קען דאס אויך ריטערנען בעפאר 30 טעג?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 12:05 pm
דורך Easy Shopping

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 12:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
גוט! זאג, א נעני וואס פעמפערט בעביס האבן זיי אויך?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 3:21 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 6:07 pm
דורך איסר האטלקי
זייערע רעוויוס אנליין זענען גאנץ גוטע, 72 פראצענט געבן זיי פינף שטערנדלעך און שרייבן גאנץ כמעשה.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 6:08 pm
דורך איסר האטלקי
נאטירליך האט געשריבן:אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?

ווי איך פארשטיי פון די רעוויוס ווענד זיך עס אין די גרויסקייט, פאר יעדע בעדרום בערך קומט נאך א מענטש, די צוויי בעדרום דירה שיקן זיי צוויי גויטעס.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 6:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?


אויב זיי קומען נישט בין איך מבטל די חמץ אזוי ווי רבוה"ק האבן זיך געפירט.

נע, כ'נעם זיי נישט פאר עכט פסח'דיג, נאר פאר אזא לעצטע קלינאפ נאך א שטורעמישע וואך.

האמת אגיד כ'האב נאכנישט אנגעהויבן כלל פסח'דיג מאכן. געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין. מארגן וועט מען אנהייבן.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 7:51 pm
דורך איך אויך
מז''ט.

Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 8:12 pm
דורך מפוזרי
"געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין."

געהאט א קינד - מז"ט. ועוד מצבים - איך הער. וכו' - איך הער נאך. וכדומה - איך קען נאך אלץ עפעס הערן. ודי למבין?? וואס נאך קען מען פארשטיין?

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 10:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:מז''ט.

זאל ס'קינד זיין געראטן אינ'ם טאטן

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 10:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
אמן! יישר כח אויף די פילע ווינטשן. ביי אייך טייערע חברים אויף שמחות. (זע דעם וועקער 8 פאר אן אינסייד סקופ פונעם שמחה אונטערן קעפל "עזרת נשים, מזל טוב און ליבע")

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 12:51 pm
דורך Easy Shopping
Summer savings: $30 off select home services
http://amzn.to/2pjP6FV

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 2:38 pm
דורך קורקלענד
איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:20 pm
דורך Easy Shopping
עמעזאן וועט צוזאם שטעלען אייער סוכה ‏
http://amzn.to/2yBzvY8

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
קורקלענד האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:50 pm
דורך קורקלענד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.


נאך א מזל אז איר האט געהאט א פלאן א' (אזויווי AA ארבעט במקום אא, אזוי אויך קען מען ניצן א במקום A).