בלאט 1 פון 1

הגר"ג אדלשטיין נעמט איבער די טיטל מרן

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 11:43 am
דורך איש את רעהו
אין די ליטווישע גאס איז ענשטאנען א פראגע איבער די המשך קיום פינעם ישיבת כנסת יצחק אין חדרה
די שאלה איז נולד געווארן דערנאך וואס די מנהל הישיבה האט תומך געווען אין די אנגייענדע הפגנות פינעם פלג הירושלמי

די שאלה איז די ערשטער אנצופרעגן אינעם מרן וואס קומט אין די רייע נאך הגראיל שטינמן, דערנאך וואס ר שטינמן איז נישט אזוי בקו הבריאות
די ענטפער פינעם נייעם מרן איז געווען אז די ישיבה איז מחוייב צו ווערן צושפליטערט, און אויף קומענדיגער זמן צוברעכט מען די ישיבה.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 11:57 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
מאך חוזק פון יעדער וואס גייט נישט און שפאן מיט די שיטה!

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 3:05 pm
דורך איש את רעהו
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מאך חוזק פון ..


חוזק?
דאס איז די הוראה וואס רב אדלשטיין האט ארויסגעגעבן
און דאס גיין פרעגן די הלכה ביי רב אדלשטיין איז אין אנדערע ווערטער אים איבערגעגעבן דעם מרן פאזיציע פאר די נעקסטע פאר יאר.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 3:11 pm
דורך איסר האטלקי
טוישט קעפל צו הגר"ג, ער הייסט נישט הגרי"ג.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2017 5:35 am
דורך איש את רעהו
מיט עטליכע יאר צוריק האט שוין די מכתיר גדו"י כ"ק הגה"צ חו"פ היתד נאמן שליט"א געגעבן די שרעקעדיגע הכתרה טיטל פאר די נייעם רב שטינמן פינעם נעקסטר
גענעראציע
41.jpg
41.jpg (28.6 KiB) געזען געווארן 1345 מאל



עטליכע וואכן צוריק איז געקומען נאך א שטאפעל אינעם הכתרה פראצעדור מיטן אראנדזשירען א וויזיט פון א שליח פון טראמפ יר"ה ביים יורש פינעם טיטול 'מרן'



יעצט איז שוין געקומען די שפיץ פינעם הכתרה פראסעס ווען פילע אינגעלייט האבן אלס הכנה צום נייעם זמן אין כולל צוגעהערט דברי הדרכה פינעם 'מרן' און 'ראש הישיבה'
הכתרה.jpg
הכתרת.jpg
הכתררה.jpg


א איבערבליק אינעם מהלך פינעם הכתרה פראצעדור

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] עס איז זייער נישט שיין אזוי צו ממציא זיין די גדו"י פאר די נייע דורות.

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2017 7:30 am
דורך קאווע טרינקער
לעכערליכע טענות. אויב "מרן" מיינט אז ער פירט די כלל, דהיינו, דר'עולם פרעגט אים וואס צו טוהן, איז ער די מרן. נישט נוגע וואס די מיטלען אנצוקומען דערצו זענען געווען. ס'איז ווי די "not my President" קאמפיין...
אגב, ער מאכט חוזק פון חסידים, אבער למעשה די אדמורות סיסטעם איז נאך בעסער, ווייל ס'דא א ריזיגע אויסווייל.

נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:17 pm
דורך איסר האטלקי
ווי איך האב באמערקט לייגן זיי גרויס לחץ פון אלע זייטן אז זיין גדולת זאל גרויס ווערן ווי שנעלער. די ענגלישע משפחה און בקהילה האבן ביידע געהאט לענגערע באשרייבונגען אינעם פסח אויסגאבע איבער דעם נייעם מרן הגר"ג. געווענליך ימים טובים לייגן זיי אלס חסידישע רבי'ס, וואס פאר זיי ליטוואקעס זאל עס זיין אינטערעסאנט. משא"כ דעם יום טוב. אלא מאי איז עפעס געלעגן אונטער דעם.

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 1:16 am
דורך איש את רעהו
ראי"ל שטינמן לעבט נאך
וואס ברענט זיי אזוי שנעל אים צו ערקלערן מרן ?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 3:07 pm
דורך איסר האטלקי
איש את רעהו האט געשריבן:ראי"ל שטינמן לעבט נאך
וואס ברענט זיי אזוי שנעל אים צו ערקלערן מרן ?

היינט איז ער דא, מארגן קען ער שוין זיין אין ישיבה של מעלה, כ'מיין צו זאגן אין גיוס של מעלה.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 4:26 am
דורך berlbalaguleh
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי איך האב באמערקט לייגן זיי גרויס לחץ פון אלע זייטן אז זיין גדולת זאל גרויס ווערן ווי שנעלער. די ענגלישע משפחה און בקהילה האבן ביידע געהאט לענגערע באשרייבונגען אינעם פסח אויסגאבע איבער דעם נייעם מרן הגר"ג. געווענליך ימים טובים לייגן זיי אלס חסידישע רבי'ס, וואס פאר זיי ליטוואקעס זאל עס זיין אינטערעסאנט. משא"כ דעם יום טוב. אלא מאי איז עפעס געלעגן אונטער דעם.

איסר האיטלקי: פארקערט. ער ווייזט דאך נאך ארויס גרויס עניוות. מ'זעהט ווי ער גייט צו צום מייק. ס'איז ממש כאילו כפאו שד. אדער בבחינת במקום שאין איש. דאס מאכט דאך איהם נאך פיהל גרעסער. נאכדעם זאגן זיי אז די חסידים זענען עובדי עבודה זרה. זיי זענען נאך פיהל גרעסערע עובדי עבודה זרה. זאלל נאר א בעל תפילה פרובירן נישט צו ווארטן מיט קריאת שמע אדער שמונה עשרה אויף זייער'ס א ..."גדול"...איז אחת דתו...!

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 9:55 pm
דורך איש את רעהו
לפני כחודשיים התקבלה ברכתו של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן להקמת הוועד.

היום נכנסו הגאון רבי משה הלל הירש, חבר מועצת גדולי התורה, והגאון רבי מאיר קסלר רבה של מודיעין עילית וחבר ועד החינוך מטעם מועצת גדולי התורה, למעונו של הגרי"ג אדלשטיין לקבל את הדרכתו למהלך החדש.

בכינוס היסוד שייערך למנהלים ישתתפו מרנן הגרמ"ה הירש, הגר"ד כהן, המשגיח הגר"ד סגל, והגר"מ קסלר, לצד מנהלי ת"תים ורשתות חינוך.

מרנן שר התורה הגר"ח קנייבסקי והגרי"ג אדלשטיין שיגרו מכתבים מיוחדים שיוקראו בכינוס.