בלאט 1 פון 4
סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:36 pm
דורך יידל
ווער דא גייט צום סיום הש"ס פון דף היומי?
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:37 pm
דורך שמואל הלוי
ווער פון דא האט בכלל מסיים געווען?
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:38 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:ווער פון דא האט בכלל מסיים געווען?
לאל. גוט געפרעגט. איך האב טאקע נישט מסיים געווען גאנץ ש"ס, אבער כ'האב געלערנט אסאך מסכתות ע"ס דף היומי אין דעם מחזור.
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:44 pm
דורך זר זהב
נו, סטרא אחרא
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:49 pm
דורך שמואל הלוי
תשע"ב נוטריקון:
תסיים ש"ס ברוב עם
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:51 pm
דורך שמואל הלוי
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 4:45 pm
דורך חד גדיא
איך האב נישט מסיים געווען. אבער איך האב געקלערט צו גיין. פשוט צו זעהן אזא גרויסע מעמד.
אבער יעצט מיין איך אז איך וועל שוין זיין צעפרידן מיט די כינוס כלל ישראל. וואס איז מער היימיש.
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 4:50 pm
דורך ידען
איך וויל גיין און זען אזויפיל אידן אויף איינמאל אבער איך בין סאטמאר און קען נישט.

Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:17 pm
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:איך וויל גיין און זען אזויפיל אידן אויף איינמאל אבער איך בין סאטמאר און קען נישט.

נאך שיין אז דו רופסט די דף היומי לערנער "אידן", אסאך סאטמארע רופן זיי אנדערש.
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:19 pm
דורך משה געציל
אויב איך וועל ענטפערן אז איך גיי, גייסטו וועלען וויסען נעקסט צו איך גיי אויך צו בחירות?... (אויב איך וואלט געוואוינט אין...)
סיום הש"ס
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:37 pm
דורך משכיל
מיר שטייען שוין ווייניגער ווי 2 וואכען פארן סיום , דער סיום גייט זיין אין די מעט לייף סדעדיום י"ג אב מיטוואך 7:00 נאכמיטאג,
די אלע וואס האבען אנגעהויבען ברכות לעצטע מאל זיינען יעצט מסיים ש"ס דאס איז א זאך וואס איז געווען כמעט אומעגליך פאר א בעל הבית, משא"כ בימינו וואס דער עולם לערענט אין די ארט סקרול גמרות, י
בד"ו ברכות חלק א' האט שוין ארט סקרול געדרוקט איבער 100,000 גמרות,
איך הער אז די טיקעטס זיינען שוין אויספארקויפט, אפילו די גאנץ טייערע פלעצער איז נישטא צו באקומען, איך האב היינט גערופען די אפיס, ווייל איינער האט מיר געגבען א טשעק פון 180 דאלאר איהם צו קויפען א טיקעט, זיי זאגען אז עס גארנישט דא, און מאנטאג גייט זיין א מיטינג וואס צו טועהן ווייטער,י
עס וואלט שיין געווען דער עולם זאל דא שרייבען זייערע הרגשים איבער דעם סיום,און אויב זיי זיינען געווען ביים פריערדיגען סיום,י
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:40 pm
דורך משה געציל
ב״ה מיר גיי מיר שוין גיין צום דריטען מאל, לויט ווי עס הייסט יעצט ברענגט מען אריבער פון ארץ ישראל וויזניצער רבי׳ (ר׳ ישראל) מיט הרב לאו אלט׳ס גאסט רעדנערס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:13 am
דורך אבי גערעדט
משה געציל האט געשריבן:ב״ה מיר גיי מיר שוין גיין צום דריטען מאל, לויט ווי עס הייסט יעצט ברענגט מען אריבער פון ארץ ישראל וויזניצער רבי׳ (ר׳ ישראל) מיט הרב לאו אלט׳ס גאסט רעדנערס.
ארום הרב לאו טוט זיך א ערנסטע געטועכץ, נאכדעם וואס וויזניץ מאנסי רבי שליט"א האט פארבאטן זיינע חסידים צו גיין אויב הרב לאו טרעט אויף, אין מ'שמועסט אז האדמו"ר ר' ישראל מ'וויזניץ האט געזאגט אז ער שטעלט זיך צו צום פעטער.
עמיר זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן (אגב פאר די קומענדיגע מגיבים, נעמט אין באטראכט אז דא איז נישט צימעס פארום)
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:40 am
דורך משכיל
די שאלה איז וויפיל מענטשען וועלען נישט גיין וועגען הרב לאוו און וויפיל וועלען דוקא יא קומען וועגען איהם, איך מיין אז רוב רובם פונעם עולם וועט ספעציעל הנאה האבען פון איהם, ווייטער די אנדערע האבען שוין געהאט זייער טשענס אין סיטי פיעלד
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:18 am
דורך זר זהב
איך האב געענדיגט ש"ס אבער איך גיי נישט צום סיעם
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:22 am
דורך אלדד
פארוואס נישט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:23 am
דורך זר זהב
ביטעל תורה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:03 am
דורך ידען
איך מיין אז סע שוין געווען א אשכול דא וועגן די סיום.
האבעך א טעות?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:03 am
דורך שמואל הלוי
ניין האסט נישט קיין טעות, ס'איז שוין טאקע דא אזא אשכול
viewtopic.php?p=5022#p5022
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:47 am
דורך קאווע טרינקער
וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:59 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?
דו מיינסט זיי גייען זיך דערשרעקען פון וויזניץ? ער וועט קומען און ערגסטע פאר ווען וויזניץ נישט זיין דארט, עס וועט זיין מנין אן זיי אויך
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:22 pm
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?
דו מיינסט זיי גייען זיך דערשרעקען פון וויזניץ? ער וועט קומען און ערגסטע פאר ווען וויזניץ נישט זיין דארט, עס וועט זיין מנין אן זיי אויך
ס'וועט זיין מנין, אבער כ'בין זיכער אז זיי ווילען זייער שטארק אז די מונסיער זאל קומען
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:35 pm
דורך קאווע טרינקער
סקולען און קלויזנבורג זענען אויך ארויס בהתנגדות
בד"וו, אין "דער איד" שטייט אז וויזניצער רבי איז ממשיך דרך הקנאות פון זיין טאטע "אמרי חיים"....
אויך לייען איך דארט אז רב אלישיב איז געווען א גרויסע קנאי....
רבי בערל פאווארסקי פון פוניביז', שרייט אז סאטמער איז גערעכט....
ס'בלייבט נישט איבער קיין ציונים... אוי וויי, וואס וועט זיין מיט סאטמער..
אוקי, צוריק צום נושא