בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 6:48 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

Re: שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 7:52 pm
דורך טמיר
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

אינטערעסאנט אז אלע פאפולערע שטריימל מאכערס זענען שיינע נגידים...

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 8:02 pm
דורך יודישע שרייבער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך {1}וואס ברענגט נישט קיין רווחים. {2} שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. {3} פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

האללא?! ביסט אויף דער וועלט?
זיי [די שטריימל מאכער'ס] קוקן עס אפשר אן פאר ביליגע זאך? קאן זיין.
זיי באצאלן היינט צוטאגס פאר די וויידלעך טייערער ווי אמאל? אמת.
אבער!
1- עס ברענגט שוין איינמאל פראפיט פאר זיי.
2- עס האט זיי בכלל נישט אינטער געברענגט, עס האלט זיי פשוט אביסל אין די ראמען, ווען נישט קאמפעטישן וואלטן זיי געבעטן נאך אסאך טייערער ווי זיי בעטן היינט...
3- סך הכל בערך 10 יאר צוריק האט א 3,500 דאלערדיגע שטריימל געווען די טייערסטע און היינט באקומסטו עס נישט פאר אינטער 5,500/6,000.

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר: ייש"כ. ווייל כ'האב פונקט געוואלט רעדן צו די אנפיהרערס פון תומכי שבת אז מ'זאלל זעהן צו ערלעדיגן עפעס א לייטישן ארדער פון פסח פראדוקטן פאר די שטריימל מאכערס. נאך וואס כ'האב געהערט אז זיי מוטשענען זיך זייער שטארק מיט שטייגענדע פרייזן פאר רוי מאטעריאל און שטארקע קאמפעטישן. כמעט אזוי ווי די גראסעריס אין אונזער היימישע געגנט...!

נ.ב.: ווארטס נאר ביז בינגא וועט זיך נעמען פארקויפן שטריימלעך. געמאכט פון עכט פאליעסטער...!

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 8:54 pm
דורך שבת אחים
טמיר האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך מיין אז דאס ברענגט ארויס ווי אזוי די שטריימל מאכערס פיהלן. זיי קוקען אהן די זאך פאר א ביליגע זאך וואס ברענגט נישט קיין רווחים. שטריימלעך איז א זאך וואס קאמפעטישען האט שטארק באגרובען די אינדוסטרי. פרייזען זענען אסאך ביליגער פון פאר 15 יאר צוריק בשעת ווען פרייזן פון די רויע מאטריאל איז נאר ארויף. די עד ווי א שטריימל קוילערט זיך אראפ טרעפ איז פונקט ווי א שטריימל מאכער קוקט אהן די שטריימל.

אינטערעסאנט אז אלע פאפולערע שטריימל מאכערס זענען שיינע נגידים...


איך קען איינע פון די שטריימל מאכערס, ער האט שוין אפאר מאל געקויפט פון דושינסקי און פון אנדערע דעוועלעפערס אזא 15-10 דירות פאר אינוועסטמענט אויפאיינמאל, פאר קעש, נאך פארן בויען.

די זעלבע איז מיט די בעל בתים פון ״גאלדען פלאו״ מילך, זיי זענען אויך גרויסע אינוועסטירער אין ריעל עסטיעט און א גיטע קליענט פון ראבסקי נישט קיין וואונדער אז חלב ישראל איז דאפאלט טייערער ווי חלב סתם, סדארף דאך בלייבן מיליאנען פאר די בעל בתים פון גאלדען פלאו צו קויפן ריעל עסטיעט.

עטץ פארשטייסט וואס דא האנדלט זיך? אדער נאכנישט?

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 11:21 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די אלע שטריימלעך וואס גייען פאר אינטער $1500 מאכן זיי נישט קיין פעני. און רוב שטריימלעך גייען פאר די פרייז. נאר די פאר גרויסע וואס פארקויפען גענוג פון די 6-7 טויזענט זיי מאכן גרויס געלט. זיי ברויכען אבער מאלן וואסער מיט די $1500 שטריימלעך נאר כדי צו בלייבען רעליווענט אין די מארקעט. די אלע קלענערע שטריימעל מאכערס קענען דאס נישט דערהייבן. גאר אסאך פון זיי האבן נישט קיין ברויט צו עסן.

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 11:37 pm
דורך ליפא
ברויט האבן זיי, זיי האבן נאר נישט פוטער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:30 am
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:ברויט האבן זיי, זיי האבן נאר נישט פוטער


כקען אסאך מענטשען וואס האבן אסאך איבריגע פוטער וואס זיי דארפן נישט. זיי ווילן נאר עס נישט שעירן מיט אנדערע, ווייל זיי טעהנן אז זיי האבן עס ערליך געגנבט, זיי רופן זיך ריפובליקאנער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:41 am
דורך שמעון וואלף
[tag]העניך[/tag] די ביסט דאך אליין מסביר די חילוק. ביי א טייערע זייגער דארף דער סוחר קאנווינסען די פאטענציאלע קאסטומער צו קויפן די זייגער אנשטאטס א טייערע קאר אדער א לוקזיריעסע וועקעישאן. טאמער איז דא איינער וואס האט געמאכט א גוטע דיעל און ארויס מיט א שיינע אפוטיקע און יעצט וויל ער זיך רעווארדן, דארף ער זיין קאנווינסט אז די זייגער איז די בעסטע טשויס. אדער וויל די סוחר מארקעטן זיינע זייגערס פאר עשירים, מוזן זיינע עדס זיין קלאסיש.

אנדערש איז אבער ביי א שטריימל ווי די קונה וויל עס סייווי קויפן און ארימע פונקט ווי רייכע קויפן זיך שיינע שטריימלעך ובפרט ווען די עד איז פאר א סעיל, וואס דעמאלטס אפעלירט ער נאכמער צו די שוואכערע פארדינער, ממילא איז עס בכלל נישט קיין צושטעל צו א טייערע זייגער כאטשיג א שטריימל איז אויך טייער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:59 am
דורך קאווע טרינקער
כהעניך ועוד, ס'איז זייער נישט קלאסיש. מ'קען צולייגען, אז די בילדער פון די שטריימלעך איז ניטאמאל נוגע, ערשטענס פון א בילד זעהט מען קיין קוואליטי, אלע שטריימלעך זעהן אויס די זעלבע פאר דער link ליינער, ועוד, לייג א דגוש אויף דיין לוגו, נישט אויף א שטריימל בילד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:31 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס זארגט מען זיך אזוי פאר די שטריימל מאכערס, ווייל איך בין א פלאמבער גיט קיינער נישט קיין דעממ אויף מיין עד? עקסיוזמי!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:32 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:איך קען איינע פון די שטריימל מאכערס, ער האט שוין אפאר מאל געקויפט פון דושינסקי און פון אנדערע דעוועלעפערס אזא 15-10 דירות פאר אינוועסטמענט אויפאיינמאל, פאר קעש, נאך פארן בויען.

די זעלבע איז מיט די בעל בתים פון ״גאלדען פלאו״ מילך, זיי זענען אויך גרויסע אינוועסטירער אין ריעל עסטיעט און א גיטע קליענט פון ראבסקי נישט קיין וואונדער אז חלב ישראל איז דאפאלט טייערער ווי חלב סתם, סדארף דאך בלייבן מיליאנען פאר די בעל בתים פון גאלדען פלאו צו קויפן ריעל עסטיעט.

עטץ פארשטייסט וואס דא האנדלט זיך? אדער נאכנישט?

פארפאלען, מ'זעמער אין גלות :(

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:28 am
דורך אישתישבי
אביסל פאקטען וועגען שטריימל מאכען.

די היינטיגע שיינע שטריימעל איז פיל מאל שווערער צו מאכען ווי אמאהל, עס פאדערט גאר אסאך שעות פין מאן'ס ארבעט מער ווי אמאהל.

די שטריימל פין דרייסיג יאר צוריק איז באשטאנען פין צוויי אדער דריי שורות פין אמת'ע שפיצען ארום דער קאפעל.

דער היינטיגער איז פאלשע אייגענע צוזאמען געשטעלט שפיצען, און טאקע נאר איין שורה ארום דער קאפעל, אבער יעדעס שפיץ איז צוזאמען געשטעלט פין שטיקלעך "האר", אפשר צענליגער שטיקלעך האר, וואס א מענטש דארף וועלען פין א גרויסע ריזיגע באקס, כדי די קאליר זאל האבען א פנים, און נישט נאר דארף ער וועלען פאר דער שפיץ קליינע האר וואס זאל שטימען מיט דער שפיץ, דארף ער מאכען לערך צוואנציג אזעלכע שפיצען וואס האבען דער זעלבע קאליר, כדי דער שטריימל זאל האבען דער זעלבער סארט שפיצען.

משא"כ דער ביליגער שטריימל, דארט מאכט דער סוחר זיין געלט, ווייל עס פאדערט ווייניגער ארבעט, א חילוק פון אפאר שעה ביז הונדרעט שעה.

דער טייערע שטריימל ברענגט (תיקון ייש"כ געוואלדיג) ווייניגער געלט ווי דער ביליגער שטריימל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:01 am
דורך געוואלדיג
התחיל בפאקטן וסיים בלכאורה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:25 am
דורך קורקלענד
בן אדם האט געשריבן:פארוואס זארגט מען זיך אזוי פאר די שטריימל מאכערס, ווייל איך בין א פלאמבער גיט קיינער נישט קיין דעממ אויף מיין עד? עקסיוזמי!!!

אפשר טאקע מאך א עד וואו דו ראללס'ט אראפ די שטיגן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:43 am
דורך תורה ומדע
אישתישבי האט געשריבן:אביסל פאקטען וועגען שטריימל מאכען.

די היינטיגע שיינע שטריימעל איז פיל מאל שווערער צו מאכען ווי אמאהל, עס פאדערט גאר אסאך שעות פין מאן'ס ארבעט מער ווי אמאהל.

די שטריימל פין דרייסיג יאר צוריק איז באשטאנען פין צוויי אדער דריי שורות פין אמת'ע שפיצען ארום דער קאפעל.

דער היינטיגער איז פאלשע אייגענע צוזאמען געשטעלט שפיצען, און טאקע נאר איין שורה ארום דער קאפעל, אבער יעדעס שפיץ איז צוזאמען געשטעלט פין שטיקלעך "האר", אפשר צענליגער שטיקלעך האר, וואס א מענטש דארף וועלען פין א גרויסע ריזיגע באקס, כדי די קאליר זאל האבען א פנים, און נישט נאר דארף ער וועלען פאר דער שפיץ קליינע האר וואס זאל שטימען מיט דער שפיץ, דארף ער מאכען לערך צוואנציג אזעלכע שפיצען וואס האבען דער זעלבע קאליר, כדי דער שטריימל זאל האבען דער זעלבער סארט שפיצען.

משא"כ דער ביליגער שטריימל, דארט מאכט דער סוחר זיין געלט, ווייל עס פאדערט ווייניגער ארבעט, א חילוק פון אפאר שעה ביז הונדרעט שעה.

דער טייערע שטריימל ברענגט לכאורה ווייניגער געלט ווי דער ביליגער שטריימל.

דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך, איז פון איין אייננציגען שפיצען, און איז געמאכט זיך צו האלטען צעהנדליקער יאהרען, זענען געקומען די נייע געבארענע חסידי וויליאמסבורג און מחדש געווען א נייער לבוש וואס רופט זיך דער "נוא שטריימעל" . ס'איז נישט קיין שטריימעל און נישט קיין ספאדיק, נאר א נייער בריאה פארן מאדערנער חסיד.
מארקעטינג איז פשוט, פאר די רביס, די גרויסע צדיקים טוט מען אהן א 7 אינטשעדיגען בעער, און די חסידים שוטים טאנצען נאך...
עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:13 am
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

זיין שטריימל קאסט פילפאכיג טייערער פון די היינטיגע שטריימלעך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:20 am
דורך יודישע שרייבער
תורה ומדע האט געשריבן:דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
[tag]תורה ומדע[/tag] פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל??? :lol:

תורה ומדע האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
[tag]קורקלענד[/tag] האקט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:05 pm
דורך תורה ומדע
קורקלענד האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.

זיין שטריימל קאסט פילפאכיג טייערער פון די היינטיגע שטריימלעך.

פרייז איז נישט דא דער נידון. דער פראבלעם איז אז מ'נעמט א לבוש וואס דארף קלאמפיש אריינשטעלען דעם חסיד אין אן אמאהליגען רוח, און מאנכע יחידים פארדרייען דאס ביז עס איז נישט צום דערקענען, און מאניפיולירען דאס גאנצע עולם-גולם'דיגער ציבור.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:07 pm
דורך תורה ומדע
יודישע שרייבער האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דאס איז דאך דער בראך. מען האט גענומען א לבוש און מ'האט איהם אינגאנצען איבערגעדרייט. א שטריימעל ארגינעל קומט נישט מער ווי 4 אינטשעס הויך,
[tag]תורה ומדע[/tag] פארוואס האסטו צוגעלייגט 2 אינטשעס צום ארגינעלען שטריימל??? :lol:

תורה ומדע האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען און צו באדאנקען דער באבאווער רבי רב"ץ שליטא פאר דעם וואס ער לאזט זיך נישט, און טראגט נאך אן ארגינעלער שטריימעל.
הייסט ער טוט עס בשיטה? אזא צדיק איז ער? אדער ער האט זיך פשוט ליב און ער גלייכט מער די אלטע סטייל פון די היינטיגע!
איך האב נישט געזען ביי די בעקיטשעס וכו' וכו' וכו' זאל ער בלייבן צוריק געשטאנען אדער שפארעדיג...
---
[tag]קורקלענד[/tag] האקט.

א חסידישער לבוש וואס מען גייט דערין ווייל מען איז נישט משנה די מלבושים קומט צו בלייבען אין איהר ארגינעלער פארמאט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:23 pm
דורך קורקלענד
ביידע. סיי די היינטיגע שטריימלעך און סיי די אמאליגע זעהן אויס ווי שטריימלעך. די האנטיגע זעהן טאקע אויס אנדערש אבער קיינער וועט זיך נישט טועה זיין און מיינען אז ס'איז א ספאדיק אדער א שטאפענע הוט. ווי אויך בין איך נישט זיכער פארוואס ס'זאל זיין עפעס א סיבה זיך צו האלטן דוקה צו א ספעציפישע סייז אדער הייעך. ס'איז נאכאלץ א שטריימל און ס'האלט נאך אלץ אן די מנהג פונעם לבוש. איינער וואס גייט א היינטיגע שטריימל זעהט ווייטער אויס ווי א חסיד. קיינער וועט זיך נישט טועה זיין צו ער איז א חסיד אדער אן ארטיסט פון די נארט פארן גיין מיט א היינטיגע שטריימל.
חסידות איז אוועקגעשטעלט געווארן מאיזה סיבה שהוא. (מ'וועט זעהן אין די וועקער מער אויף דעם.) אבער איין זאך איז זיכער אז אויב חסידות פארלאנגט א שטריימל. פארלאנגט עס זיכער נישט אז מען זאל איבערצאלן מיט צוויי צו פיר טויזנט דאלער דוקה צו גיין מיט א פארצייטישע סייז.
איך האף אז די עולם פארשטייט איצט בעסער וואס איך האב געמיינט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:37 pm
דורך תורה ומדע
אפשר, אבער דאס נייער סטייל שטריימעל סימבאלאזירט דער נייער חסיד וואס איז פארלוירען און ווייסט נישט פוקטליך וואס ער איז, ווער ער איז , אדער פארוואס ערגייט דערין. דער ארגינעלער שטריימעל רעפרעזענטירט דאס שטעטעל איד וואס איז געווען אדוק אין א רבין און חסידות, און מער תוכו כברו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:54 pm
דורך אישתישבי
דער אמאליגער שטריימל איז געוועהן צוויי אינטשעס.

דערנאך איז עס געשטיגן אויף פיר פינף אינטשעס, מיט דריי שפיצען.