בלאט 1 פון 1

תחינה עתיקה מכת''י

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:20 am
דורך Chasidishmashpia
די תחינה נאכן לייגען שלאפן די קינדער
אין אט די דאזיגע געהויבענע צייט קום איך צו דיר מיין דערבארימדיגער באשעפער מיט איין געבעט פון דיין ארימע דינסט אז דו זאלסט מיר אונד מיין מאן באשענקען מיט איין גענאדע אז מיינע דאזיגע אינגאלאך אונד מיידאלאך זאלין פון זייערע געלעגער ניט ארויסקריכען , ניט פאר קיין גלעזל וואסער, ניט פאר קיין גישלעג מיט זייער גישוויסטער אונד ניט פאר קיין וויסטע טרוימען.
הייליגער פאטער, גענאדיגע פאטער, הויכגישעצטע פאטער אין הימל, אין אט די עת רצון פון לייגען שלאפן מיינע גיטרייע שעפאלאך , בעט איך דיר נעם אן אט די ווארימע טרערין אונד די הארציגע גישרייען פון מיינע ליבע שאף אונד לייג זיי ארונטער דיין הייליגע שטוהל אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ועל מיטותי ערשי בכייתי ולא תמחאי כף וגו'.
יהיו לרצון וכו'.
אונד דערנאך פירט מען זיך אז מען נעמט איין גלאז פון וואסער אונד מען דערלאנגט דאס פאר'ן קינד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:39 am
דורך אישתישבי
אונד אױב דאס קינד האט א פעלער געטאהן און דאס וואסער אויף דעם בעטעל אויסגעגאסן, גיבט מען א כעס, און מען זאגט דיזן תחינה דריי מאל צוריק צווועגס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:45 am
דורך Chasidishmashpia
אישתישבי האט געשריבן:אונד אױב דאס קינד האט א פעלער געטאהן און דאס וואסער אויף דעם בעטעל אויסגעגאסן, גיבט מען א כעס, און מען זאגט דיזן תחינה דריי מאל צוריק צווועגס.

צריך לומר ''אונד אויב דאס קינד האט א פעלער געטאהן און דאס וואסער אויף דעם בעטעל אויסגעגאסן, גיבט מען א ''גרימצארן'', און מען זאגט דיזן תחינה דריי מאל צוריק צווועגס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:33 am
דורך רויטע וואנצעס
א דאנק פארן באקאנט מאכן דיזע תפילה. מיין דרוק פון צענא רענה האט ניט דיזע הייליגער תפילה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:41 am
דורך Chasidishmashpia
אט דיזע געבעט איזט א נייע אנטפלעקונג נאך די אויסגאבע פון די צאנה וראינה אונד עס איז באקאנט אז דער וואס זאגט אט די געבעט וועט באשאנקען ווערו מיט אלדס גוטס.

Re: תחינה עתיקה מכת''י

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:45 am
דורך טמיר
און וואס איז ביזן שלאפן גיין? ברויך מען ניקסט קיין תחינה אז דאס קליינליכע זאל דאס פיסקעלע עפענען, און זאל נאכער נישט ארויפגרעפצען וכו וכו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:03 am
דורך Chasidishmashpia
דאס איזט אן באזונדערע גיבעט, אפשר וועט מען דיזע גיבעט אויך אפיר זיכען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:59 pm
דורך אישתישבי
פילייכט, נישט אפשר.