בלאט 1 פון 3
קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:43 am
דורך קרעקער
שוין דא אף די איד בלאט שטערען זמן בליץ
אינטעסאנט אויף קולמבשר איז נאכנישטא קיין אשכל
אויב קריטיקיסטי פליז קאנסטראקטעוו
וזה החלי
סגייט מיר אויף די נערווען פארוואס זאל אזא גיטע רעדיא נעץ האבען אזא פאכלוטשקעטען אינטערוויוער?
טרעפיק נייעס פאליטיק חינוך פינאנשאל אלעס קענ ער האבען גיטע פליסיגע רעדענער צי די זאך. פארוואס קען ער נושט טרעפען א נארמאלען אינטערויוער?
שטעל דיך פאר אויב א אינטערויוער אויף סי בי עס בלאזט זוך די נאז אדער גרעבטץט אינמיטען אן דע עיר / אויף קול מבשר האמער דאס טעגלעך
אוך רעד שוין נושט פין סתם נושט רעדען צי די זאך און פרעגען פארריקטע פראגעס נאר אפילו סתם רעדען קען ער נושט, ביישפיל נעכטען זאגט רעדט ער צי איינעם פין ירושלים הצלה וואס ועט איבערגעבען אלע טעכנעלאגיעס פין רב אלישיבס לויה // וואט דע העק קימט דא אריין דע וארט טעכנאלאגיע???
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:48 am
דורך זר זהב
לויט ווי איך האב פארשטאמען האט ער עטלייכע אינטערוויוערס, נישט אזוי?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:54 am
דורך קרעקער
דו קליינע אינטעוויוס
הערשעל פרידמאן הענדל ברייער שמעון ראלניצקי יונה כהן זענען גיט
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:01 am
דורך זר זהב
וואס מיינט גוט? איך דענק אפאר יאר צוריק ווען איך פלעג נאך אויסהערן ק"מ האט הערשעל פר"מ אינטערוויואד יוסי גרין וועגן מוזיק און אלעס ארום. וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געבלאשט אפאר מאל אינדערמיט איך האב געוואלט צוברעכן זאכן און איך האמיר געקאצקעט פאר געלעכטער אלעס אין איין צייט. וואס פארא מעראצישע קשיות דער מענטש האט געפרעגט יוסי גרין, הערשעל האט דאך מיט מוזיק גארנישט איינגעלייגט. און איך וואלטווען געוואלט שטעלן אפאר פראגעס פאר גרינ'ן, ס'האט מיר געבאדערט ווי ס'ממש ארויסגעווארפן צייט -- איך ווייס נישט וויזוי גרין האט אים געענטפערט אן אויסשיסן... ס'אזוי ווי איך זאל אינטערוויוען אן אסטראנאמער. ווייסט ער טאקע נישט ווי איין ווי אויס? האט ער נישט געקענט שאפן איינער וואס ליגט אין מוזזיק צו אינטעוויען גרין?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:06 am
דורך קרעקער
בדרך כלל איז ער גיט אין פרעפעשאנאל ער האט א סענס אף הומאר
אין ער גרעבטץ נישט אין עסט נושט אינמיטען א אינטערויו אין זעכער בלאזט ער נושט זיין נאז אינמיטעען
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:07 am
דורך יונגערמאנטשיק
הערשל פריעדמאן מאכט שוין לאנג נישט די מוזיק אינטערוויאס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:08 am
דורך זר זהב
נאך א מזל
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:31 pm
דורך chasid
הענדל ברייער קען נאר איין זאך "איך געב אייך איבער דאס ווארט" דאס מיינט ניט קיין אינטערוויא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:07 pm
דורך משולם שטיינפעלד
הערשל איז דער וואס פרעגט די נייע בעלי מנגנים, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דו קענסט זינגען..............?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:18 pm
דורך שמואל הלוי
יא
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:20 pm
דורך משכיל
עס איז א וויקעל צו טפשות ווייל ער פארקויפט אן אגענדע, און מען לאזט נישט צו קיין שום אנדערע מיינונג, און נאך הערען א פאר יאהר די גובעלי גוק וואס איז פאסיג פאר קליינע קינדער ווערט מען א טיפש,
דאס זעלבע גייט פאר אלע היימישע אויסגאבען נאר דאס איז דאס ערגסטע און כמעט אלע אונזערע רבנים זיצען אויף דעם טאג און נאכט, ער מוז דאך וויסען וואס קומט פאר אויף די וועלט, י
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:07 pm
דורך געפילטע פיש
איך הער אויס קאלמע וואסער איינס צוויי מאל א יאר אויב איז דא שווערע טרעפיק אויפן סעווענטין אין די זומער, און פאר דעם איז ער גוט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:09 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:הערשל איז דער וואס פרעגט די נייע בעלי מנגנים, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דו קענסט זינגען..............?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:56 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:וואס מיינט גוט? איך דענק אפאר יאר צוריק ווען איך פלעג נאך אויסהערן ק"מ האט הערשעל פר"מ אינטערוויואד יוסי גרין וועגן מוזיק און אלעס ארום. וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב געבלאשט אפאר מאל אינדערמיט איך האב געוואלט צוברעכן זאכן און איך האמיר געקאצקעט פאר געלעכטער אלעס אין איין צייט. וואס פארא מעראצישע קשיות דער מענטש האט געפרעגט יוסי גרין, הערשעל האט דאך מיט מוזיק גארנישט איינגעלייגט. און איך וואלטווען געוואלט שטעלן אפאר פראגעס פאר גרינ'ן, ס'האט מיר געבאדערט ווי ס'ממש ארויסגעווארפן צייט -- איך ווייס נישט וויזוי גרין האט אים געענטפערט אן אויסשיסן... ס'אזוי ווי איך זאל אינטערוויוען אן אסטראנאמער. ווייסט ער טאקע נישט ווי איין ווי אויס? האט ער נישט געקענט שאפן איינער וואס ליגט אין מוזזיק צו אינטעוויען גרין?
OK האסטו געברענגט איין מעשה אבער די איבריגע איז ער פיינע נייעס,צום זאך,פרעגט גיטע קשות א געשמאקע מענטש ממש א מחיה צו הערן זיינע אינטערוויוס! פון די איבריגע וויל איך נישט רעדן קודם כל ר'ישראל לויט נישט,נאך דערצו אזוי ברבים,צווייטינס קאן זיין אז ער ליינט דא און ס'באדערט עים! הגם איך גלייב נישט אז ער ליינט דא, איך גלייב אז א יונגערמאן וואס רעדט אזוי אינטערן נאז,ער סאנט עפעס צו פרום צו קיקן דע טריפנה אינטערוועש!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:20 pm
דורך משה געציל
ברעיקונג ניוס:
ר׳ זלמן ווידער האט נארוואס געלאזט רופן דעם אינטערוויוער פון קול מבשר, און אים געלאזט וויסן אז ער האט זיך אריינגעכאפט אין קאווע שטיבל און געזעהן אז דער עולם איז זייער אומצופרידן מיט זיין ווערק, ממילא זאל ער זיך שוין פאקן פעק און טרעפן א נייע פאסטן.
דער אינגערמאן, א טאטע פון קינדערלעך, זוכט יעצט וויכטיג א פאסטן צו שפייזען זיין געזונדל, איינער וואס ווייסט פון א פאסיגע פאסטן זאל ביטע איבערלאזן א מעסעדזש...
יא! יא! ב"ה וואספארא כח מיר קאווע שטיבל שרייבערס האבן, די הויך געשעצטע קול מבשר פארוואלטונג רעכנט זיך שטארק מיט אונזער מיינונג!
נ.ב. די נייעס איז נישט אמת, אבער וואלט ווען געקענט זיין אמת.
פארוואס זאל מען נעמען א יחיד און צושמירן אזוי אין פאבליק? צוזאם שטעלן געלט פאר ער מאכט חתונה איז א בעסערע אפציע? איך מיין אז נישט. זייטס אזוי גוט, פאר איר שרייבט אויף א יחיד טראכטס צוויי מאל וואספארא אפעקטען אייערע ווערטער קען איבער לאזן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:22 pm
דורך זר זהב
מ'רעדט דא פון יארן צוריק... און זעסט דאך אליינס אז מ'האט געשטעלט א צווייטן צו אינטרעוויען פאר טעיפס און פאר מוזיקעל פוגירן, און זיין דזשאב האט ער נישט פארלוירן....
פליז מ'דארף נישט אווער-ריעקטן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:51 pm
דורך zurich
משה געציל האט געשריבן:ברעיקונג ניוס:
ר׳ זלמן ווידער האט נארוואס געלאזט רופן דעם אינטערוויוער פון קול מבשר, און אים געלאזט וויסן אז ער האט זיך אריינגעכאפט אין קאווע שטיבל און געזעהן אז דער עולם איז זייער אומצופרידן מיט זיין ווערק, ממילא זאל ער זיך שוין פאקן פעק און טרעפן א נייע פאסטן.
דער אינגערמאן, א טאטע פון קינדערלעך, זוכט יעצט וויכטיג א פאסטן צו שפייזען זיין געזונדל, איינער וואס ווייסט פון א פאסיגע פאסטן זאל ביטע איבערלאזן א מעסעדזש...
יא! יא! ב"ה וואספארא כח מיר קאווע שטיבל שרייבערס האבן, די הויך געשעצטע קול מבשר פארוואלטונג רעכנט זיך שטארק מיט אונזער מיינונג!
נ.ב. די נייעס איז נישט אמת, אבער וואלט ווען געקענט זיין אמת.
פארוואס זאל מען נעמען א יחיד און צושמירן אזוי אין פאבליק? צוזאם שטעלן געלט פאר ער מאכט חתונה איז א בעסערע אפציע? איך מיין אז נישט. זייטס אזוי גוט, פאר איר שרייבט אויף א יחיד טראכטס צוויי מאל וואספארא אפעקטען אייערע ווערטער קען איבער לאזן.
האסט נישט געניג ספעיס געמאכט צווישן איין פארעגראף אין די צווייטע מאך נאך אביסל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:38 pm
דורך ברוין
אסאך האבן טענות אויף אים פארן נישט באריכטן די סיום הש"ס
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:43 pm
דורך שעפסעלע
קען זיין מ'האט טענות אז ער האט נישט געמאכט קיין גרויסע מצב, אבער געמאלדן האט ער עס יא, כהאב עס דירעקט נאכגעקוקט, און ער האט עס געמאלדן די ערשטע נייעס פאר דריי טאג אין א ציה
די סאטמארע זענען זיכער אויך ברוגז פארן עס מעלדן, ווייל אנדערע אידישע צייטונגען אין ניו יארק האבן עס בלויז דערמאנט, אז מען טאר נישט גיין.
אין אינטערסאנט, אז "די צייטונג" וואס פלעגט עס אמאל יא דעקן זייער פארווע, האט דאסמאל גארנישט געשריבן, און עס גענצליך איגנארירט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:47 pm
דורך אךשמח
און אסאך האבן טענות פארן עס יא באריכטן.
און וואס איז מיט די צייטונג וואס איך הער אז ער האט נישט דערמאנט א ווארט דערוועגן?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:52 pm
דורך משכיל
וואס איז דער פשט אז קול מבשר האט גארנישט גערעדט וועגען די סיום הש"ס? אויב זיי ווילען רעפרעזענטירן אלע שיכטן, וואס איז מיט פאפא, ווישניץ, גור, בעלזא, באיאן, באבוב, קלויזענבורג ? אויב זיי רעדן נאר צו געוויסע קנאים, זאלן זיי דאס זאגן אפן.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:56 pm
דורך זר זהב
ווייל זיי שרייבן נישט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:23 am
דורך [NAMELESS]
די צייטונג האט ברייט רעפארטעד די דרשו סיום , אבער נישט געשריבען ח"ו אז ס'האט מיט דף היומי