אפיקומן נוסח תשע"ז
נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 5:08 pm
ווי מער איך באטראכט אונזער לעבנס-שטייגער היינטיגע צייטן, ווער איך מער ערשטוינט פון די מאדנע אידישקייט וואס מיר פירן זיך, כמעט וואס מען קען זאגן אז מען מאכט פונעם עיקר א טפל און פונעם טפל דעם עיקר. דאס ווייזט זיך ארויס כמעט טעגליך, און נאך מער בשעת א שמחה אדער ימים טובים, ווי צב"ש אויסגעשמועסט אין מיין פורים תגובה, אנשטאט משלוח מנות זאל זיין ראוי לאכילה און איש לרעהו כדי צו מרבה זיין אחוה ורעות, איז מען ביזי זיך אליינס אויפצוטון צו ווייזן ווער קען איבערשטייגן דעם צווייטן מיט פענסי נארישקייטן וואס אין לנו רשות להשתמש בהן אלא לראותם בלבד און גלייך נאך די פיקטשערס ווארפט מען עס אין מיסט אריין; צי זאל עס זיין ערב יוהכ"פ ווען מען דארף זיך ע"פ הלכה איבערבעטן מיט אלע אידן בפרט מיט די שונאים, וועט מען אנקלינגען די אייגענע געשוויסטער און טעקסטן אלע חברים זיי זאלן דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט זיי (נישט) געטאן, משא"כ די שונאים גמורים איגנארירט מען גענצליך; צי איז עס אין די ימי השמחה פון די געהויבענע ימים טובים וואס מאנכע וועלן דוקא דעמאלס זוכן איבריגע חומרות וואס פארביטערט זיי אליינס און אלע ארומיגע; צי אין די 9 טעג אנשטאט טרויערן אביסל אויפ'ן חורבן ביהמ"ק מאכט מען א יו"ט פון די מילכיגע דעליקאטעס, א.א.וו.
מיר זענען צוגעוואוינט צו לאכן פון די שוואכע אידעלעך ווי דאס גאנצע אידישקייט באשטייט פון די פורים האלעפצ'עס, חנוכה לאטקעס, און שבועות'דיגע קרעפלעך. צומאל וואונדער איך זיך צי מיר זענען נישט ענליך אין דעם הינזיכט, שטייצעך אויף א העכערע לעוועל, אבער די אלע זאכן וואס מיר טוען (אדער טוען נישט) פארלירט די ריכטיגע מטרה, עס ווערט געטון מיט גענצליך אנדערע כוונות ווי באפוילן אין די תורה, אדער אין בעסטן פאל בלויז מצוות אנשים מלומדה.
די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן אריינקלערן אין אונזער אופן פון מקיים זיין מצוות אפיקומן. אפיקומן פאר זיך איז גאר א געהויבענע מצוה, א זכר צום קרבן פסח. חז"ל האבן זייער געוואלט אז די קינדער זאלן בלייבן אויף ביז חצות און מיטהאלטן דעם סדר, און פרעגן זייערע קשיות, כדי דער טאטע זאל זיי קענען פארענטפערן, און מקיים זיין דעם מ"ע דאורייתא והגדת לבנך (אגב, היינט איז שוין פאראן א פארקערטע פראבלעם, מען דארף עצות און אינסענטיווס אז דער טאטע זאל בלייבן אויף ביז אפיקומן, די קינדער האבן נישט קיין פראבלעם צו בלייבן אויף אזוי שפעט.... ענליך צו וואס טייל מענטשן זאגן אז ביי 'אבות ובנים' דארף מען מאכן גורלות פאר די עלטערן אנשטאט פאר די קינדער). עכ"פ האט מען מתקן געווען א מנהג, אזא 'געים', אז די קינדער זאלן אוועקכאפן דעם אפיקומן פונעם פאטער און וועלן שפעטער ביי צפון בעטן עפעס א טשאטשקעלע, און די עקסייטמענט וועט זיי האלטן אויף ביז דעמאלס.
צווישן פילע זאכן וואס האבן זיך געטוישט במשך די יארן – אריינגערעכנט אז היינט-צו-טאגס קענען די קינדער ביים סדר די מעשה פון יציאת מצרים פון חדר פיל בעסער ווי דער טאטע אליינס, וכבר הארכתי בזה במקו"א – איז אויך געווארן איינגעפירט אז דער אפיקומן גניבה, א מינדערוויכטיגע זייטיגע מנהג, פארנעמט א פראמינענטן פלאץ אינעם סדר נאכט. די קינדער שטייען גרייט און מען קעמפט און מ'שלאגט זיך ארום למען ה' ווער וועט אוועקכאפן דעם טאטנ'ס, דעם זיידנ'ס אדער משה'ס אדער יאנקל'ס אפיקומן, איבער א האלבע שעה איז מען פארנומען דערמיט אנשטאט מיטצוזאגן די הגדה אדער אויסהערן דעם טאטן פארציילן. דער עיקר פונעם סדר, די הגדה, גיבט אוועק זיין אטענשאן פאר די זייטיגע מנהג פונעם אפיקומן. און דאס איז נישט נאר די קליינע קינדערלעך וואס האבן אפשר א פראבלעם מיט'ן אויפבלייבן ביז חצות, אפילו די גרעסערע קינדער און זאגאר די בחורים זענען ביזי דערמיט!
אבער עס גייט נאך ווייטער פון דעם. ב"ה היינטיגע צייטן זענען אונזערע קינדערלעך ב"ה באשאנקען מיט א שפע מכל הצדדים וואס איז נאך נישט געווען מימות בריאת שמים וארץ, ווער האט ביי אונז גע'חלומ'ט אלס קינד פון האבן עירקאנדישאן אויף די געלע חדר באסעס? איין פיצעלע פען וואס האט שטארק געבלאזן דעם דרייווער'ס פיאות האט געקלעקט פאר'ן גאנצן באס! ווער רעדט נאך פון א שיינע א עוז והדר ש"ס? אדער מכון ירושלים שו"ע? מען האט זיך געמוטשעט אין די פיצעלע פארקוועטשטע אותיות אין די ריזיגע מחצית השקל אן קיין הפסק אינדערמיט, ממש תורתי שלמדתי באף... ווער האט גע'חלומ'ט פון אזויפיל סארטן טוי'ס און שפילצייג פאר יונג און אלט, וואס 5 קלאזעטס זענען קוים גענוג דערפאר? א דאלי מיט א שטייג העכער איז געווען גענוג און נאך! אזויפיל הערליכע לייען מאטעריאל? אזויפיל האטליינס? אזויפיל געימס און קארטלעך? לאמיר שוין נישט אריינגיין אין די עניני אכילה, וויפיל נאשעריי און חזיריי היינט איז דא, פאר יעדן פאטש וואס מיר האבן געכאפט פון די מלמדים – און עס איז נישט געווען ווייניג – באקומען היינט די קינדער 10 פעקלעך נאש! מען באלוינט זיי ממה נפשך, איז מען וואויל, דארף מען דאך געבן גוטע זאכן, איז מען שלעכט, דארף מען דאך גיין מיט שיינעם, קומט אויס אז די פעטש בלייבן אויסגעשפילט קרח מכאן וחקת משם. אויך אין שול טיילט דער זיידע קענדיס, ביי אבות ובנים נאך קענדיס, און ביי שאלעשידעס ווער עס זינגט שיין נאך קענדיס, און ביי יעדע קר"ש ליינען נאך קענדיס, און יעדע מאל א קינד הייבט אויף א פעני וואס איז אראפגעפאלן נאך א פרייז, אמער, ער איז ארויס פון זיין וועג און זיך אראפגעבויגן צו העלפן די מאמע! און טאמער עסט ער שיין אויף די קאמפאט באקומט ער נאך א קענדי, און זומער יעדן טאג א פאקסי מיט אייזקרעים, אוי וויפיל דזשאנק אונזערע קינדער נעמען אריין אין איין חודש, מער וויפיל מיר האבן גע'חלומ'ט א גאנץ לעבן!
שוין איך בין פארקראכן. איך הייב שוין כמעט אן פארשטיין ר' בערל באלעגאלע.. צוריק צום ענין, איז געווארן היינט א שרעקליכער פראבלעם, אז די קינדער האבן נישט עכט וואס צו בעטן פאר אפיקומן. מיין שכן אין ביהמ"ד פארציילט מיר לעצטע יאר פסח (נישט אינמיטן דאווענען ח"ו, נאר בין גברא לגברא, נאך וואס דער עולם האט מיטגעברומט מיט'ן בעל קורא "כאלה") א שמועס וואס ער האט זיך אונטערגעהערט פון זיינע קינדער ערב פסח איבער דעם אפיקומן – א דילעמא אז זיי האבן נישט וואס צו בעטן, ווייל "אלעס וואס זיי ווילן האבן, האבן זיי שוין"!! איר הערט רבותי וואס טוצעך דא? זיי האבן נישט וואס צו בעטן פשוט ווייל אלע זייערע תאוות און פאנטאזיעס זענען פולקאם ערפילט! ממש א שלימות!!
נו, וואס טוט מען? פארט א מנהג ישראל! נו נו. טויס-פאר-יו טו דע רעסקיו. דער באליבטער טויס פאר יו, וואס דער דיקער פורים בוכל פון פארשטעלעכצער האט נאר לעצטע וואך געטראפן זיין באשטימטן ארט אין מיסטקאסטן, גיבט ארויס א נייע בוכל פאר אפיקומן, וואס וועט בלי ספק פארגרעסערן אייער קינד'ס פאנטאזיע, אזוי אז ער זאל קיין פראבלעם נישט האבן וואס צו בעטן! און וויבאלד עס שטייט פון רמב"ן "עד שתחפץ" אז צו א גוטע קבלה דארף מען תיכף מאכן א כלי כדי עס זאל נישט אויסוועפן, קומט גלייך די בשורה טובה אז זיי זענען אפן אום סאמע חוה"מ, עס זאל זיין אומר ועושה, מען זאל גלייך קענען גיין איינקויפן וואס מען האט פארלאנגט, און אזוי ארום קען מען ספענדן "קוואליטי צייט" מיט די קינדער אום יו"ט, א סגולה פאר חינוך.
מיינע קינדער ווייסן נישט וואס צו בעטן קודם. זיי באטראכטן דעם בוכל, שווימען ארום אינעם עולם הפאנטאזיעס, די קליינע מיטן דאלי און דער עלטערער מיט'ן ריזיגן שייגעץ בייק, מען מישט רעכטס, צוריק, 2 בלעטער פאראויס, און צוריק צום אנהייב. אזוי מאה פעמים ואחד ביז זיי קענען עס ישר והפך, ברם דא עקא אז ביי יעדן בליק טוישן זיי החלטות, און קענען נישט באשטימען וועלכע פון די פרייזעס צו פארלאנגען... העמיר שוין נישט אריינגיין אין די טעמע אז דאס קאסט היינט א גרויסער אפותיקי פאר די אויסגעדראשענע עלטערן וועלכע קענען קוים אנקומען צום פסח נאכ'ן שנארן קמחא דפסחא און קויפן די טייערע מצות און קליידונג פאר די משפחה מכף רגל ועד ראש... דאס איז שוין נאר א זייטיגער פראבלעם. איז דען א וואונדער אז די עלטערן שלאפן איין אינמיטן שולחן עורך... זיי ציטערן וואס עס ערווארט זיי נעקסט...
עס איז העכסט צייט צו שטעלן אונזערע פריאריטעטן ריכטיג, וויסן וואס איז וויכטיג און וואס איז א מנהג, וואס איז פשט און דער ציל פון א מנהג, און אויפהערן פארדרייען די יוצרות.
א דאנק פארן אויסהערן מיינע בויך וויי.