בלאט 1 פון 1
פארווערטס און פראגרעס
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:46 am
דורך לאשיצער
אין 1970 האט א גרופע יונגע אידישיסטן זיך פארזאמלט פאר'ן אלטן פארווערטס בנין און דעמאנסטרירט קעגן דעם אלטמאדישן אויסלייג (ספעללינג) וואס די צייטונג האט דעמאלט געניצט. שפעטער האט מען איינגעפירט דעם ייווא אויסלייג, היינט באקאנט ווי דער אידישיסטישער אויסלייג.
די יעצטיגע רעדאקטארשע פון פארווערטס שרה רחל שעכטער זאגט מיט שטאלץ, אז צוליב דעם פראטעסט האט מען פארזיכערט אז די צייטונג זאל מיטהאלטן מיט דער צייט, בלייבן רעלעוואנט פאר'ן היינטיגן ליינער מיט היינטצייטיגע אינטערעסן. אדער ווי זי שרייבט: מערנישט זיין "hopelessly out of touch".
איך וויל וויסן וואס דער עולם דא מיינט. איז דער פארווערטס נאכאלץ "out of touch" מיט רוב אידיש–ליינער? וויאזוי וואלט איר געטוישט די צייטונג, עס זאל זיין מער רעלעוואנט? אדער מאכט עס בכלל נישט אויס ווייל דער פארווערטס איז שוין טרייף פסול, היימישע ליינער וואלטן עס נישט אנגערירט?
http://yiddish.forward.com/articles/203 ... ard/?p=all
Re: פארווערטס און פראגרעס
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 10:02 am
דורך דעת תורה
דער אידישער פארווערטס כמות שהוא, איז ממש נישט ווערט צו נעמען אין דער האנט אריין. עס קוקט אויס ווי א צייטונג וואס קומט ארויס לשם מצוה אז די אידן אין אלטעס היים וואס ווילן דוקא ליינען די נייעס וואס זיי האבן שוין געזען אויף דער טעלעוויזיע 2 וואכן צוריק, אויף אידיש, זאלן האבן די מעגליכקייט. עס איז אפשר אינטערעסאנט פאר אידישע סטודענטן וואס ווילן לערנען די שפראך.
בקיצור, די צייטונג אין איר איצטיגע פארעם האט כמעט גארנישט צו אפפערן פאר רוב אידיש רעדנדע. ס'איז טשיקאוו צו כאפן אמאל א בליק דארט, און פאר חובבי היסטאריע קען מען צומאל טרעפן אינטערעסאנטע זאכן, אבער א צייטונג, ווער רעדט נאך א דינאמישער וועבזייטל, איז עס נישט.
דער ענגלישער פארווערטס איז א אנדערע מעשה.
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 6:01 pm
דורך לאשיצער
[tag]דעת תורה[/tag], אינטערעסאנט. איך האב געהערט פון עטליכע דא אז די צייטונג האט גרויס פאטענציאל אבער אין איר יעצטיגער פארעם איז פשוט נישט ווערט צו ליינען.
וויאזוי וואלט איר "געראטעוועט" די צייטונג? דאכט זיך אז דאס אריינברענגען מער היימישע שרייבערס איז געווען אן ערשטער פרואוו אבער איך ווייס נישט צי דאס האט טאקע פארברייטערט זייער ליינערשאפט.
Re: פארווערטס און פראגרעס
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 2:19 am
דורך טרויבן88
דער פראבלעם מיט דער פארווערטס לדעתי, איז אז עס דעקט נישט עפעס מאסיוו אז א ארטאדאקסישע מענטש זאל טראכטן אז ער פארפעלט עפעס, ער קען עס ליינען פון מאל צו מאל ווען ער האט נישט וואס צי טון, אבער ביסיידס דעט, וואס שטייט דארט? אלטע היסטאריע פון די צווייטע וועלט מלחמה מעשיות אין אידיש? דאס קען מען ליינען אין ענגליש! נישטא דארט קיין נייעס, וואס לדעתי איז א שאד, אריינברענגן ליפא איז געווען א גוטע ריק, אבער נישטא אויף צי ברענגן מאמענטום... א שאד
אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
Re: פארווערטס און פראגרעס
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 2:35 am
דורך טרויבן88
אויכעט למשל די ריקיס אויגן קאלום, עס איז אפשר גוטע נושאים וואס קיין געהעריג ווערן אראפגעשריבן, אבער פעלט צי קאנעקטאן מיט די ליינער, ווייל לאמיר זאגן אז ריקי איז געפארן אויף וואקעשיאו, און איז געגאנגען אנגעטוהן אזוי ווי זי האט געוואלט, איז זי צי די ליינער אזוי אלע מיליאנען מענטשן וואס טוען די זעלבע. עס פעלט צי קאנעקטאן מיט די ליינער
אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים