חודש ניסן איז אייגענטליך דער פרייליכסטער מאנאט אינעם אידישען קאלענדער, די פארברייטונגען צו דעם הייליגן יו''ט צו דער יו''ט פון פרייהייט זענען שוין אין די העכסטע אקטאוועס, דער געפילדער אין די מצה בעקערייען פארטייבן די אויערן, מ'שעפט מיים שלנו, מ'רייבט די וועלגער העלצליך, מ'שיבט נאכאנאנד ארויס פיינע פרישע מצות פון אויווען ארויס, אזש דער גרוך מאכט רינען די סלינע פונעם מויל.
מ'האט שוין ב''ה איינגעווייקט די בארשט, ווי ס'קוקט טאקע ווירקליך אויס, וועט דאס יאר דער בארשט זיין גאר געראטן, אזש אז מ'וועט מיט גרויס-פארגעניגען האבן די פולע מעגליכקייט, אפצולעקן די בארשט-באנעצטע וואנצען, וואס וועלן אי''ה סוקסעספול באנעצט געווארן מיט די דוזע פיינע אייער-אונטערגעשלאגענע זויער-בארשט. לקיים את להוציא מליבו של צדוקים, מהרה יאבדו אמן.
פרישע ווייסע הינער-שמאלץ שמייכלן ארויס פון די פעסער, און בעטן זיך מיט א שטילע געוויין אז מ'זאל איר שוין פארוואנדעלן פאר הייסע פרישע גריוון, מיט וועלעכע דאס מענטשהייט וועט זיך דערקוויקן דאס אויסגעהונגערט-הארץ אין די אנגעצויגענע ערב פסח שטונדן, זעלבסטפארשטענדליך גייט דאס אינאיינעם מיט א פלאכע טעלער פון פרישע אייער צונויפגעמישט מיט צוויבל. שישי מעי...
אומצאליגע שאכטליך פון שמייכלדיגע קראמפירן זענען שוין אפגעשיילט געווארן, און ווארטן שוין מיט אנגסט געפרעגלט צו ווערן אין הייסע שמאלץ, וואס פארוואנדלעט זיי צו נארהאפטיגע שמאלציגע כרעמזלעך. וואס כמבואר באריכות נפלא אינעם ספר הקדוש זמירת דברי יואל, האט רבינו הקדוש מסאקמיר זי''ע גאר שטארק מקפיד געווען צו עסן ביי יעדע סעודה דאס טראדיציאלע הייליגער מאכל דמתקריא כרעמזל...
די פרישע לעבערלעך בראטן זיך שוין על קידוש שמו יתברך אויפן בראטער, און גרייטן זיך שוין בדחילו ורחימו זיך צוצישטעלן צו די צודריקטע קראמפירן אונטערגעשלאגן מיט צוויבל-קלעצלעך וואס וועט אי''ה האבן די זכיה עולה צו זיין על שלחן מלכים דורכאויס דעם יום טוב פון פרייהייט.
א טראפ נאך א טראפ טראפן זיך ביסליכווייז אראפ... די שווערע הארעוואניע האלט זיך אט אט ביים אויסצאלן. (ווי דער גוטער בוך זאגט: "די וואס פלאנצן דעם פייגן בוים, עסן אירע פרוכטן") דער פארפרוירענעם טרויבן-אייז-שטיק, ווערט ביסליכווייז פארוואנדעלט אלס פיינע פרישע רויטע מאסט. דעם שיינעם רויטן קאליר צורייצט דאס גליסטעניש פונעם הארץ, ווי דער רויטער טיכל דעם אקס. דער דראנג עטוואס צו פארזוכן פון דעם דוזען לאנג-יעריגער טראדיציאלע געשמאקע געטראנק איז עפעס אויסטערליש.
נעמליך, דער רויטער-קאליר ברענגט אייגענטליך ארויף שווערע קאשמארן ס'דערמאנט פון בלוט, און ווי ס'איז ברייט באקאנט פלעגען די פארצייטישע בארבארישע עגיפטישע הערשער, זיך צו באנוצן מיט בלוט פון קינדער און די עפאכע אין וועלכע זיי האבן געליטן פון שווערע קרעץ-וואונדען. געלערענטע היסטאריקער ווייסן אויך צו פארציילן אז דער קליינער גראבער מיזשעט רעמסס, פרעגט האבן א קפידה דייקא זיך צו באנוצן מיט בלוט פון קינדער פון די איזריעלאטן, וואס האבן דאן געדינט אלס שקאלפן אין עגעפטען. אבער לאמיר נישט אויפברענגען קיין טריבע קאשמארן אין די איצטיגע גוט-אויפגעלייגטע מאמענטן...
די פולע שאכטליך עפעל זענען שוין פארוואנדעלט געווארן פאר א פיינעם געשמאקען קאמפאט, ווארום מ'לייגט גרויסע האפענונגען אז דער קאמפאט וועט ווירקליך זיין דער גוטע שליח פון הימל אראפצושווענקען די פיינע שמאלציגע מעדני מלכים...
די וואנע אינעם באדע צימער איז שוין פארוואנדעלט געווארן פאר א פארגעשריטענעם קוואריום... די לעבעדיגע גרויסע שרעק-אויסקוקענדע קארפן שפירן זיך דארט וואו ביים פאטער אין וויין גארטן. די קארפן קענען קוים אויסווארטען אונז אהערצושטעלן א קוטשעניו וואס די שפעטערדיגע גראנציאנען וועלן דיסקאסירן מיט נאסטעלאגיע...
מ'שטייט נאך איצט און מ'שטוינט מיט ווינדער.. ווי אזוי זענען באשאפן געווארן אזויפול הינער, וואס האבן אהער געשטלט די מיליאנען בייצים וואס זענען פארנוצט געווארן צו פראדורצירן די מאסיווע הויכע מייעסטעטישע פאלאשינטא בערג, וואס גייען משמש בקודש זיין אין דינען אלס לאקשן אין די קרעפטיגע געדעכטע פסחדיגע יוהך. להשם הפתרונות...
א גוזמא פון גלאזענע צעלטצער פלעשער זענען שוין אנגעהויפנט אויפן טראסע, און שטייען פולשטענדיגע גרייט צו ערפולען זייער קריטישע מיסיע דורכאויס דעם פסח. די מייעסטעטישע פלעשער פארגייען זיך מיט א הארציגע שטילע געבעט צום וועלטס-באשאפער, אז זייער ראלע דורכאויס די יו''ט סעודות זאל אנערקענט און געשצט ווערן דורך די טריקענע העלצער וועלכע זיי וועלן האפענטליך באווייזען עטוואס צו פארפייכטן...
גאנצעטע אויסגעשאכטע הינער שטייגער, און אויסגעפאשעטע שטירן, פארפולן שוין די פאליצעס פונעם אייז קאסטען, אזש ס'איז גאר נישט פארבליבן קיין ארט פאר די קליינע פליגליך און גערגלעך וואס דארפן פארנוצט ווערן עטוואס צו פארקרעפטיגען דעם יוהך...
שאכטלען פיינע פרישע מאראנצן, וואס זענען ספעציעל געברענגט געווארן לכבוד יו''ט פון די ווארימע רבנישע קור-ערטער, פארפולן די קארידארן און טוען גלייכצייטיג פארטונקלען די שיין פון זון.
הכלל די פארברייטונגען צום יו''ט זענען אין פולן שוואונג.. אפגעזען פונעם צורעכטען דאס זאלץ-וואסער קוקט מיר אויס אז כ'בין שוין עטוואס גרייט צו פייערן דעם פסח..
פארט פלאטערט מיר עפעס דאס הארץ אז כ'האב עפעס פארגעסן, און דער אנגסט אז דער יו''ט פון פרייהייט וועט עטוואס צושטערט ווערן פאראורזאכן מיר נאכאנאנד שווערע קאשמארן, אלזא, אפשר וואלט פילייכט געווען א שטיקל פלאן, אז עמיצער א בר הכי זאל ארויסגעבן א גענויען מעניועל איבער די איסטראקציעס פון פארברייטונגען צום יו''ט? אז דער אלגעמיינער מענטשהייט זאל וויסן את המעשה אשר יעשון....
בלויז א פארשלאג....
די פארברייטונגען צום יו''ט פסח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: די פארברייטונגען צום יו''ט פסח
פיין פיין!!! שלום עליכם וועלקאם בעק!
מיט אזוינע ריזיגע טעפ ברויך מען דעם קאך לעפל. [emoji1]
מיט אזוינע ריזיגע טעפ ברויך מען דעם קאך לעפל. [emoji1]