לענדער נישט צו באזוכען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

לענדער נישט צו באזוכען

שליחה דורך פיקציע »

רייזע + אפרוה (טרעוועל + לעיזשאר) מאגאזין האט לעצטענס ארויסגעשטעלט 'די וועלט'ס מערסט מסוכנ'דיגע לענדער' ליסטע ווען עס קומט צו באזוכן. די ליסטע אנטהאלט אינפארמאציע איבער די לענדער, די סיבה וואס עס ציעט באזוכער, די סכנה וואס עס הערשט אין די ספעציפישע ערטער, און א ענדגילטע באשלוס אנווייזונג צו מען זאל דארט באזוכען אדער נישט.

מיר האבן אראפגעברענגט א טייל דערפון אין א אידישע איבערזעצונג.

די ערשטע אויף די ליסטע איז
פאקיסטאן

אטראקציע: במשך צענדליגע יארן, האבן באזוכער אדוואנטואירט צו באזוכן די קאראקהארעם געגענט, צו פאנגען ווילדע שוויינען, קריכען די פעלזען אין די הינדו קאש, און פארשען די ארכיטעקט אנטיקן פון די אינדוס טאל (=וואלי).

ווארענונג: די רייזע ווארענונג רעקאמענדירט זיך צוריקצוהאלטן פון יעדע אומוויכטיגע נסיעה צוליב טעראר אקטיוויטעטן. אל-קאידא און טאליבאנע אנוועזנהייט איז א פאטענציאלע סכנה ספעציעל פאר אמעריקאנע.
אום 2008 אליין, זענען געווען מער ווי 60 זעלבסטמארד אויפרייסן אומברעגענדיג מער ווי 1,000 מענטשן. פאקיסטאנע באוואפענטע קרעפטן קעמפן מיט מיליטאנטן אויף די צפון מעריב פראנטן און אויף נאך ערטער. פארשידענע אנדערע געגענטער זענען פארשפארט צו אויסלענדישע.

למעשה, גיין אדער נישט? די סטעיט דעפארטמענט ווארענונג איז אין קראפט: פלאנט נישט קיין רייזע, כאטש נישט יעצט (ווען די לופט איז אנגעצויגן). פארט, טוט די פאקיסטאנע טוריזים אנטוויקלונג קערפערשאפט אין איסלאמבאד צושטעלן א ליסטע פון טוריזם אפעראציעס.



2
סודאן

אטראקציע: טונק דיינע פערשטן און די צונויפגוס פון די בלויע נילוס און די ווייסע נילוס, וועל זיך א הויקער אדער צוויי אין די קעמעל מארקעט אין קארטום (חרטום), באזוך ביי די מיראו פיראמידן.

ווארענונג: די אנגייענדע שחיטה און הונגער אין דארפור און די לעצטערע שולד קלאגעס קעגן דעם סודאנער פרעזידענט איבער קריג פארברעכן גיבט א שטיקל באגריף אויף וואס מען קען ערווארטן דא. אין 2008 זענען צוויי אמעריקאנע אמבעסאדע ארבעטער אומגעברענגט געווארן פארענדיג אין קארטום. אין די לעצטערע יארן, זענען אמעריקאנער און אייראפאער געווען קרבנות פון רויבעריי און קאר גניבות. די סטעיט דעפארטמענט ווארענט איבער סיי וועלכע רייזע קיין סודאן.

למעשה, גיין אדער נישט? ערענסט? (מיט דעם אלעם, די אלע סכנות האלט נישט אפ 'רעידאן טראוועל & טורס אין אמדורמאן פון אנגיין.)


3
דזשארדזשיע

אטראקציע: דזשארדזשיע איז פארשטיפט צווישן טערקיי און רוסלאנד, עס ווערט באטיטעלד אז די פלאץ ווי די אלפען טרעפן זיך מיט די מיטלענדישער ים (=מעדיטרעניען), צושטעלענדיג אלעסדינג פון וויינעריי טורס ביז העלי-סקי'ינג (ווי מען ווערט ארויפגעפירט צו שפיץ בארג מיט א העליקאפטער צו סקיען).

ווארענונג: אלס רעזולטאט פון די פינעף-טאגיגע קריג נאכפאלגענדיג די רוסישע אינוואזיע אום אגוסט 2008, זענען פילע אומאויפגעריסענע שעלס געבליבן און די געוועזענע קריג זאנע ארום גארי. אמעריקאנע בירגער ווערן אנגעוויזן נישט צו רייזן אין די אפגעשיידטע ראיאנען פון דרום אסישיע און זיך צו האלטן אין נאנטע פארבינדונגען מיט די אמעריקאנע אמבעסאדע. פאליטישע דעמאנסטראציעס קענען זיין זייער היציג.

למעשה, גיין אדער נישט? אויב די רוסישע-דזשארדזשיע באציאונגען פארבעסערן זיך (אדער אומווייניגסטענס די רוסישע טאנקען וועלן נישט שיסן ביי די גרעניץ), איז א רייזע אהין זיכער א אפציע.
צו גיין פארבינדט אייך מיט 'דזארדזיע טרעוועל' א טעבליסי באזירטע טור אפעראטאר.


4
לבנון

אטראקציע: די הויכפונקטן פון די ספעקטאלן וואס ווערן געזען נעמט אריין די פארצייטישע רוימישע טעמפלען פון באלבעק (בעלבכ), די אכטע-יאר-הונדרעט אומעייאד חרבנות פון אנדזשער (ענג'ר), און די וויינעריי אין די בעקאא (בקאע) טאלן.

ווארענונג: לבנון אקופירט א הייסע פלאץ צווישן מדינת ישראל און סיריע, און די סטעיט דעפארטמערטמענט רופט אמעריקאנער צוריקצוהאלטן אלע רייזעס אהין. חיזבאללא מיליטאנטן שטעלן אויף אפטער ראודבלאקס, גוואלדטאטן און טריפאלי האט שוין געמאנט איבער 30 לעבנס זינט אגוסט 2008.
אל-קאיידא איז אנוועזענד אין לאנד. לאנד מינעס און אומאויפגעריסענע וואפן זענען פארשפרייט אין דרום לאנד. די אמעריקאנע אמבעסאדע קען נישט פארזיכערן הילף אויב מען דארף איינעם עוועקואירן.

למעשה, גיין אדער נישט? בעירוט'ס צוריקער אלס פאריז פון מיטל מזרח איז פארקריפעלט געווארן צוליב די קריג מיט מדינת ישראל אין 2006. מ'וועט מוזן אפשטופען דעם באזוך ביז עס ווערט צוריק א פארזיכערטע פלאץ, אינאיינעם מיט די גאנצע געגענט. אויב פילט איר אנדערש, אויב, קענט איר גיין מיט די בעירוט קאמפאני 'וויילד דיסקאווערי'.


5
צפון קאריע

אטראקציע: די דעמאקראטישער מענטשענ'ס רעפובליק פון קארעא וועט אייך ערלויבן באזוכן ביי די 'וויקטאריעס פאדערלענד ליבערעישאן וואר מוזיאם' (=זיגרייכע פאטערלאנד באפרייאונג קריג מוזיאם), רעוועלוציע מארטירער בית הקברות, דער מאנומענט פאר די פארטיי פונדאציע, און די פארכאפטע אמעריקאנע נעווי שיף USS Pueblo. אויסער דעם, קענט איר שלאפן אין די טראדיציאנאלע סטיל (אויף די פאדלאגע) ביי די 'פאלק האטעל' אין קיסאנג.

ווארענונג: באזוכער דארפן אריין און ארויספליען דורך טשיינע, דאס מיינט אז עס פארלאנגט זיך צוויי וויזעס. פארברעכן איז זעלט, אבער דאס מיינט נישט אז מען קען דארט טון וואס עס גלוסט. אויסלענדישע בירגער'ס באוועגונגען און געשפרעכן ווערן נאכגעקוקט, ספעציעל איבער רעליגיעזע און פאליטישע אקטיוויטעטן, און עס איז דארט נישטא קיין אמעריקענער דיפלאמאטישע אנוועזענהייט.
צפון קארעא איז נישט אויף די סטעיט דעפארטמענט ווארענונג ליסטע, אבער די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט האנדל סאנקציעס איבער איר.

למעשה, גיין אדער נישט? אויב זענט איר שוין געווען אויף יעדע אנדערע פלאץ איר האט שוין נישט ווי צו באזוכן, דאן נעמט א בילעט צו צפון קארעא דורך קאריאו טורס אין בעידזינג. אויב נישט, בלייב פארזיכטיג.



6
סיריע

אטראקציע: סיריע פארמאגט איינס פון די מערסט וויכטיגע איסלאמישע מעטשעטן, די אומעייאד מעטשעט אין אלטשטאט דמשק. מען קען אויך באזוכן בעדואינער לאגערן אין מדבר, און רומישע חרבנות ביי די פאלמירא (תדמור) קוועלער.

ווארענונג: פאר איבער 30 יאר איז סיריע באטיטעלט דורך אמעריקא אלס א לאנד וואס שטיצט טעראר. אין די לעצטע צענדליגע יאר איז דארט פארגעקומען עטליכע קאר באמבע אויפרייסן, א אטעקע אויף די אמעריקאנער אמבעסאדע, און ווילדע אנטי-מערב דעמאנסטראציעס.
די אנהייב פו די סירישע רעוועלוציע און די רעגירונג פריוון עס צו דערשטיקן, האט בלויז פארערגערט די אטמאספער אין לאנד פון ווי הונדערטער פרובירן זיך ארויסצוזען.

למעשה, גיין אדער נישט? נישט אין די נאנטע צוקונפט.
די מיט אדווענטוארישע אייגענשאפטן קענען רייזן מיט די דמשק-באזירטע 'נואעפיר טרעוועל & טורס'.



א אנגענעמע רייזע און א געזונטן זומער.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר