בלאט 1 פון 1

מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]כ'בין געווען אין פלייש געשעפט זונטאג פאר מיין פסח ארדער. ס'געווען א לייף עקספיריענס, אנגעפאקט מיט באקסעס פלייש און פרויען ביזן גאס טיר אזש ס'געווען דוחקא דבישרא... ואין מערבין בשר בבשר. פארוואס אלע פרויען קומען דעמאלדס האב איך נישט קיין גרינעם איינונג.. איי קום מאנטאג ווען ס'ליידיג דער געשעפט? -גיי פארשטיי נקיבות.

דער סטאר ווארנט שוין אן מיט רויטע סטאפ סיין שולדן אז חמץ איז נישט ערלויבט אויף קיין פאל. כ'שטופ זיך קוים אריין אין סטאר, צווישן א ערבוביא פון פרויען, פעקלעך באדעמס, קערידזשעס, און קארבארד באקסעס. וואו א פארפלייצונג, ממש א טייך מיט פרויען... א יאיא חצופה מיטן געשמירטן פרצופה, א באגעבא און א טיכל מיטן לאנגן זומערדיגן אויבערמאנטל, און סתם אן אויפגעדעקטע סינטעטיק שמאטע, צווישן זיי עטליכע קרומע טורבאנס באגלייט מיט ארויסגעבויטע פארטשעס פון אונטן... מייסטענס באשעפענישן אינעם געשעפט זענען מיט די צייגענדע רצועה יוצאת זוים אויף די רגלים ווי צו ווייזן דעם ראה טהור אני..

דריי פרויען שטייען מיט ליידיגע וואגאנען זיך נישט ערלויבענדיג בשו"א אנהייבן אריין לייגן זייער סחורה אינעם וואגן. וואס איז? מען ווארט דער גוי זאל ברענגן פרישע גארביזש בעגס פאר די וואגאנען...

איך ווארט אן אומגעדולדיגער ווי מיט שמאי'ס געדולד.. ענדליך איז ליידיג געווארן א וואגאן. כ'פול אים אן ביז מינוטן מכל הבא ליד, בקר שלמים וגם חטאת אזש די באדעמס און פליגלען פון הונטן קרעכטצן פון גרויס וואג. דערווייל דעי דריי פרויען ווארטן נאך פאר זייערע כשר לפסח גארביזש בעגס...

ביים אהיים גיין כאפ איך מיך ווער ווייסט, אפשר איז מיין פלייש נישט ראי' פאר פסח נישט נוצענדיג די פלאסטישע זעק. "די קערידזשעס ליגן סטריקטלי אין סטארידזש א גאנץ יאר" פארזיכערט מיר דער כולל שנה ראשונה'ניק רעכענער, נאך צולייגענדיג מיט א כאפ ווי מיר צו גענצליך בארואאיגן אז ס'דזשאסט א חומרה ווייל פלעסטיק געבט אפי' נישט ארויס קיין חמץ צו פארפרוירענע פלייש... אז די קערידזשעס זענען נישט די פראבלעם דאן וואס איז יא?

כ'האב בחוסר ברירה געפרעגט פון א פרוי - גראדע קוקט אויס איר מאן איז מער צו די טראמפישע יוקאן זייט ווי אן הכנות עדיקט מיטן ציצית ארויסגעהאנגן איבערן דלת - וואס האט זיך ווי ארום געשלאגן מיט די פלעסטיק בעג וואס האט ווי עקשנות'דיג געהאלטן אין איין מגלה זיין שטיקלעך פונעם קערידזש... פארוואס דארפט איר אזוי נייטיג די בעג אינעם קערידזש?

ס'קען זיין חמץ ביי די פלייש זאגט זי א געניאלן הסבר. פשש... קלעבט ווי בעבלעך צו טשיז קעיק.

אלל רייט, כ'הייב אן זוכן אויף די שעלווס אפשר איז אויסגעגאסן א הויפן שלישקעס, פערפעל צו וואס, חוץ נאסע גלאנציגע שעלווס וואס טריפט שמאלץ איז נישט געווען קיין אטאם חמץ צו טרעפן..

כ'האב געמוזט איינזעצן אז חמץ ביי די פלייש מיינט אז די פלייש אליינס קען האבן חמץ וואס בלייבט בשעת די טשיקנס עסן פארן שחט'ן.

עניוועיס טו מעיק א לאנג סטארי שארט: כ'קום יעצט פונעם דיין, ער האט מיר שיעור געפסלט מיין פלייש ארדער אלץ חמץ, כ'האב מזל זאגט ער מיר אז ס'נאך פאר פסח און ס'העלפט נאך שישים צו בטל'ן די חמץ.

דער בארדיטשעווער פרובירט עפעס איינקעשן פון די פלעסטיק בעגס אבער דערווייל אן ערפאלג.

#זבל_קודש[/justify]
downloadfile.jpeg
אילוסטראציע

Re: מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:18 pm
דורך גר ותושב
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פארוואס אלע פרויען קומען דעמאלדס האב איך נישט קיין גרינעם איינונג


ווי זענען אלס די פרויען אנגעקומען אין איין זונטאג שלום שטיסל טענהט דאך זיי זענען געוועין אין שיך געשעפט.

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 5:11 am
דורך [NAMELESS]
גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.

Re: מיינע געראטעוועטע טשיקן באדעמס

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:14 am
דורך קלוגע יודל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.

וואס מײנט מאטצארעללא?

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 9:51 am
דורך איסר האטלקי
קלוגע יודל האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:גראדע טענה'ט מיר א ספאנישער ערל אן עמנו הייתם, "דיס וויק סאנדעי אין מאטצארעללא מאטשא מאטשא דזשואיש לעידיס, ווערי ה** לעידיס...

איי געסס די פרויען לאגער האט גענוג דעוויזיעס צו באלאגערן צענדליגער באזעס אויפאמאל.

וואס מײנט מאטצארעללא?

וואס מיינט ה** ?

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
יודל
Mozzarella

איסר
hot

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:28 pm
דורך mevakesh
געוואגטע, הומאר איז גוט אבער פרויען זענען מענטשן נישט נקיבות

נשלח: פרייטאג אפריל 07, 2017 6:31 pm
דורך יודישע שרייבער
mevakesh האט געשריבן:געוואגטע, הומאר איז גוט אבער פרויען זענען מענטשן נישט נקיבות

וואס דען זענען זיי, זכרים?

נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2017 11:09 pm
דורך כפתור
געוואגטער,
דאס קומט מיט א ווארענונג: 'נישט ליינען ווען מ'איז אליינס און פיצא סטאר און מ'האט נישט מיט וועם מיטצולאכן'!
כ'האב נאך בויך וויי פון דאס עצירות וואס כ'האב געדארפט מיך איינהאלטן און נישט לאכן הויך אויפן קול. :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:33 am
דורך שמעקעדיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך ווארט אן אומגעדולדיגער ווי מיט שמאי'ס געדולד..

:lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2020 11:32 pm
דורך יודישע שרייבער
מעניני דיומא...
[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט א שפראך... איך בין ממש שפראכלאז...