בלאט 1 פון 1

שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:45 am
דורך כלבאשבוע
סדרייט זיך ארום א מודעה פון די שומרים קארטלעך אנהעצער ווי זיי ארגאנאזירן א ליל סדר פאר קינדער וואס זייערע עלטערן פארמאגן סמארטפאונס מיטן גוטהייסונג פון מנהלי תלמודי תורה און אזויגערופענע מחנכים!

כווייס נישט אויב דער צעטל איז אמת אבער אויב יא דארף מען שטורעמען תבל ומלואו!!!!

די חברה זענען מיסיאנערן, צידי נפשות און קידנעפערס פשוטו כמשמעו!

אז זיי טוען דאס ווען צו מיינע קינדער אדער אייניקלעך וואלט כזיי געגעבן צו קאסטן פונקט ווי פאר מאלעסטערס און דערווארגען עד כדי להמית

This is getting out of hand!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 4:21 am
דורך יודישע שרייבער
איך בין 99.9% זיכער אז ס'איז פאלש, ווי משוגע און נער'יש מען זאל נאר נישט זיין איז אלץ דא א גבול.
דאס האט זיכער געמאכט איינער וואס וויל גוט באשמיצן און מסדר זיין די מחנכים (?...) וואס שטיצן און זענען מחזק די שומרים קארטליך...

אויב איז עס יא אמת [וואס כאמ"ל גלייב איך נישט] דארף מען זיי עוקר מן השורש זיין.

Re: שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 5:27 am
דורך נעגעל וואסער
אוודאי איז עס נישט אמת, אבער ווי פלעגט דער רבי זאגן? מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת. לויט ווי די ווינט בלאזט יעצט, קען איך דאס זעהן פאסירן אין עטליכע יאר ארום.
ובאמת, די מעסעדזש דערפון איז זייער קלאר, דאס קידנעפינג טוען זיי אזוי א גאנצע צייט, מיטן באטיטלן די עלטערן מיט כל מיני שמות נדפים, אזש מ'האט גייסטיש צוגערויבט די זיסע קינדערליך פון זייערע ערליכע פאטער במלוא מובן המילה.

Re: שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 5:55 am
דורך החוקר
איך גלייב נישט אז עס איז אמת, אבער די חורבן האבן זיי שוין אפגעטון.

1) דאס אז איינער האט געקלערט אז מען קען מאכן אזא צעטל בשמם, ווייזט ווי ווייט זיי זענען שוין געגאנגען אז איינער קלערט אז דאס פאסט פאר זיי.

2) נאכמער ווייטאגליך איז אז אפילו א נארמאלער מענטש וואס זעט דאס און וויל עס נישט גלייבן, קלערט: אבער אפשר דאך איז עס יא אמת? ווער ווייסט צו זיי שטייען נישט הונטער דעם? מיר זענען אליינס מסופק ווי ווייט משוגע, איז די נייע נארמאל.

וואס קען פאסירן אויב שטעלט מען עס נישט אפ, אז אין צוויי יאר ארום (אויב נישט פריער) וועלן זיי קלערן אפשר טאקע איז א גוטע געדאנק צו מאכן סדרים ווי די מיסיאנערן. דעם פעלד האבן זיי שוין גרייט געמאכט!

Re: שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 8:57 am
דורך פליקער
מיניש זיין אמת, אבער איז נישט ווייט פון אמת, און אנדערע ווערטער עס וואלט ווען געקענט זיין אמת, אדער ווי איינער האט געזאגעט עס וועט נאך זיין אמת. און פארוואס זאל עס נישט זיין אמת, ווען איינער עפענט א סקול און זייער מישען סטעיטמענט איז אז זיי זענען סמארט פאון פריי, און לויפן זיכער ארים יומם ולילה זיך צי ראטעווען פון שליסען. סאו מה כל הרעש, מיר האלטן שוין אט דארט.
מילא ווען א טאטע האט א זין א רשע אויף דעם גיבט די הגדה שוין א מהלך האקט אים אויס די ציין, אבער וואס זאל א זין טון אויב זיין טאטע איז א רייש שיען, דאן ברויך מען ריפן די שומרים האט ליין

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 10:12 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי קען מען אפילו טראכטן אז דאס איז אמת..? וואו האט דער צעטל בכלל געהאנגען? מיינט איר טאקע אז בערל טויבער וועט נישט פירן דעם סדר ביי זיך אינדערהיים? קינדער וועלן מוותר זיין פון זיצן מיט די אייגענע עלטערן און געשוויסטער?

עס איז אײן גרויס שטיק ליצנות וואס איז גראדע באגריסענסווערד, ארויסצוברענגען די אבסורד מהלך פון די השומרים קליקע, איך האב נישט געקענט סטאפן לאכן, דאס איז א גוטע מהלך פון מבזה זיין די עקסטרעמיסטן למען ידעו דורותיכם...

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 10:31 am
דורך כפתור
אמת ושקר משתמשים בערביביא.
איך האב גלייך פארשטאנען אז ס'איז די זעלבע 'וועד החינוך' וואס מ'שיקט ארום לעצטענס אז מ'זאל אויסלערנען די קינדער וויזוי צו ניצן די סמארט פאון.

ווי פלעגט די רבי זאגן 'די בילבול המוחות איז דאך אזוי גרויס'

Re: שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 11:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כנגד ארבעה אבות דברה תורה, ווער פארשטייט צו גראפיקס צו מאכען אזא קארטל?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:25 pm
דורך אישתישבי
כל זמן מען איז נישט מפרסם נעמען פין מענטשן וואס שטיצען די קארטלעך, איז עס נישט קיין מערכה.

לאמיר נישט האבען קיין טעות, די מענטשן זענען רשעים גמורים און זענען נישט ווערט קיינעמס רחמנות.

Re: שומרים קארטלעך ארגאנאזירט מאסן קידנעפינג!

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:59 pm
דורך טרויבן88
ווייטער האלט מען אן די מהלך פון קזק הנגזל און מען ביטערט און מ'ביטערט אז די עקסטרעמע האבן זיך ווייטער מתגבר געווען, ווי וועט דאס טראגן? מ'דארף מאכן קארטלעך פארקערט, פינטל

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 5:31 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אזוי קען מען אפילו טראכטן אז דאס איז אמת..? וואו האט דער צעטל בכלל געהאנגען? מיינט איר טאקע אז בערל טויבער וועט נישט פירן דעם סדר ביי זיך אינדערהיים? קינדער וועלן מוותר זיין פון זיצן מיט די אייגענע עלטערן און געשוויסטער?

עס איז אײן גרויס שטיק ליצנות וואס איז גראדע באגריסענסווערד, ארויסצוברענגען די אבסורד מהלך פון די השומרים קליקע, איך האב נישט געקענט סטאפן לאכן, דאס איז א גוטע מהלך פון מבזה זיין די עקסטרעמיסטן למען ידעו דורותיכם...

שמעקעדיג: איך האב נאך א ראיה לדבריך. ביי קיין איינס פון די תלמודי תורה האבן זיי נישט ארויסגעשריבן די נעמען פון די מנהלים. נאר בערל טויבער'ס נאמען האבן זיי ארויסגעשריבן. זעהט אויס אז זיי האבן א ספעציעלן חשבון מיט איהם...! אלמלא ס'וואלט געווען א שמץ של אמת אין דעם וואלטן זיי געדארפט ארויסשרייבן די נעמען פון די מנהלי הת"ת אין וויליאמסבורג און בארא פארק...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 7:56 am
דורך מרדכי ישראל
אישתישבי האט געשריבן:כל זמן מען איז נישט מפרסם נעמען פין מענטשן וואס שטיצען די קארטלעך, איז עס נישט קיין מערכה.

לאמיר נישט האבען קיין טעות, די מענטשן זענען רשעים גמורים און זענען נישט ווערט קיינעמס רחמנות.

ראבינאוויטש