בלאט 1 פון 1
ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
נשלח: מיטוואך אפריל 12, 2017 11:21 pm
דורך ישראל גלויבער
איך האב ב''ה געהאט א יונגעלע למזל טוב דעם יו''ט, און אחרון של פסח מישט מען זיך שוין..
וויל איך וויסן ווי אין ווילי קען איך שאפן א קעטערינג פאר די סעודת ברית
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:06 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב געשוקט א מעסידזש פאר דער הויפט פראדעצירער ער ענטפערט נישט געהעריג, ער זאגט ער קעיטערט נישט דער וויליאמסבורגע ציבור...
#פילם_טראלל_קעיטערינג_מנשה
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 12:20 am
דורך טמיר
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:40 pm
דורך ישראל גלויבער
איז אמת אז ס'דא וואס מישן זיך נישט אפילו אחרון של פסח? מיין ווייב זאגט מיר אז אין מאנרא האט זי געהערט אזא חומרא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
שווער צו גלייבן, און מאנרא מישט מען זיך ווען מ'קען נאר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:17 pm
דורך ישראל גלויבער
כ'האב געוואוינט נאך מיין חתונה אפאר חדשים אין מאנרא, און ס'דאך דא דארט אלע סארטן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 9:40 pm
דורך קורקלענד
ס'דא אזעלכע וואס מישן זיך אחרון של פסח נאר מיט אנדערע משפחות און גוטע פריינט. נישט מיט פראדוקטן. וואטעווער דעט מיינס.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 4:13 pm
דורך ישראל גלויבער
וויבאלד מיין שווער צאלט עס עניוועי, האב איך עהם געגעבן די כבוד פאר די נאמען, ער זאגט אז ער וואלט געגעבן די נאמען 'פסח'..
איך מיין אז איך וואלט געגעבן 'מנשה'..
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 4:31 pm
דורך קורקלענד
מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 4:35 pm
דורך ישראל גלויבער
קורקלענד האט געשריבן:מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.
ממילא?
אז איך זאג מנשה אלץ א נאמען איז עס אלץ מיין הערצה צו עהם נישט אלץ זיין עכטע נאמען אין ריעל לייף
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 5:36 pm
דורך קאצקע ציקער
ישראל גלויבער האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מנשה איז א מעגליכקייט. וויבאלד מנשה'ס אוטענטישע נאמען איז נישט מנשה.
ממילא?
אז איך זאג מנשה אלץ א נאמען איז עס אלץ מיין הערצה צו עהם נישט אלץ זיין עכטע נאמען אין ריעל לייף
האסט הערצה צו זיין נאמען אדער צו עים אליינס?
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 6:31 pm
דורך ישראל גלויבער
אז איינער איז פארקויפט פאר א סעלעב, האט ער ליב זיין סעלעב נאמען.
און גראדע איז עס א גוטע נאמען.
אגב, ס'האט שוין כמעט געהאלטן אז ער גייט זיין אין ווילי פאר'ן ברית, אבער ער האט געטוישט זיין מיינד
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 1:03 am
דורך ישראל גלויבער
נישט געוואוסט מענטשן זענען אזוי משוגע...
איך האב ארויסגעלייגט ביים זכר קניידל זופ, און ס'געווארן א ויצעקו...
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 1:50 am
דורך רויטע וואנצעס
מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 10:17 am
דורך שבת אחים
וואס סניפט דער גלויבער וויל איך וויסן?
רבש״ע אזא אייער קריכער האט מען שוין נישט געזעהן אין ק״ש זייט מנשה לוסטיג האט פארלאזט דעם מקום.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 4:17 pm
דורך ישראל גלויבער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.
אבות אבותינו האבן געגעסן קניידלעך שוין בליל הראשון
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 4:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ישראל גלויבער האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:מסתמא ווייל ס'האט נישט גוט געטעיסט.
אבות אבותינו האבן געגעסן קניידלעך שוין בליל הראשון
דיין זיידעס און באבעס האבען געגעסען קניידלעך וואס האבען נישט גוט געטעיסט? איך האב אויך געהאט קניידלעך ביים סדר, אבער ס׳האט געהאט א טעם גן עדן (וועמען נער׳ט מען אפ? ס׳איז סה"כ מצה מעיל מיט אייער און וואסער, ווי גוט קען עס דען זיין? אבער א מאכל וואס זעטיגט איז עס, און ס׳זאפט איין דער טעם מרק).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2017 4:40 pm
דורך ישראל גלויבער
ס'סתם א חומרא
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 2:14 am
דורך ישראל גלויבער
ויקרא שמו בישראל - ברוך צבי
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 2:24 am
דורך שבת אחים
מזל טוב כהאב געהאט דרילינג, כטארכט צורופן איינס מנשה און דע אנדערע צוויי וועל איך פרעגן מנשה וויאזוי זיינע זיידעס האבן געהייסן.
האסט זיין סעלפאון???
ווי קען מען טרעפן א קעיטרינג אין ווילי וואס נעמט אן שליסל-חלה קעיטרינג כהאב געהאט א דרילינג ממש די מינוט.
בקיצור סאיז (מנשה) לוסטיג און לעבעדיג
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 9:46 am
דורך שבת אחים
איך האב ארויסגעלייגט ״קליינע-חזרימ׳לעך״ ביי די קידוש קיינער האט עס נישט צוגערירט, א באנדע בהמות! די קניידל זופ איז געוועהן אזוי גוט אז מנשה האט אנגעפולט זיין בוזעם טאש מיט זעקס און זעכציג קניידלעך... אה נאך איינער האט געגעבן קידוש לעבן מיר, זיינע עסען האבן געשטינקען פון די סקווירע פיש וואס האט געזאגט תורה ביי שאלשידעס.
שכוח פאר אלע באטייליגטע... כקען נישט זאגן ״משום גילוי״ אבער איך בין א ווארטס מענטש...
דער בן זכור הייסט מנשה צבי אלימלך ברוך יושע ירוחם הלוי נאך מנשה און זיינע זיידעס זיבן דורות ארויף.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:08 am
דורך ישראל גלויבער
איך האב פארלוירן צוויי טייערע קינדער סטרעטשי'ס נאכן שמחה, ווי געפונט זיך די השבת אבידה אין ווילי?
Re: ווי קען מען באקומען פסח קעטערינג אין ווילי?
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:39 am
דורך קל וחומר
מער אויף די לינקע זייט