ביטער פאר'ן קינד - חוה פויגל (וועקער 8)
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 11:37 am
הערט'ס א רגע א קליינע אבער וויכטיגע מעשה'לע וואס איז נישט לאנג צוריק פארלאפן - ס'איז כדאי צו ליינען פארן צורך פונעם מעסעדזש:
איתן בר-סלע איז א טויגליכער יונג פון די גרעסטע עשירים אין די היינט צוטאגס רייכע הרצליה געגנט אין מדינת ישראל, א חעברעמאן וואס האט זיך ארויפגעדראפעט מיט די אייגענע צען פינגער אין די לעצטע עטליכע יאר דורך עפענען עטליכע ביזנעסער אנליין, און איז מיט א שנעלקייט געשטיגן צו ווערן פון די גרויסע מיליאנערן אין די קליינע מדינה. זיין בת-זוג (כ'ווייס נישט אויב זיי זענען אמאל פארהייראט געווארן אפיציעל, גאנץ זיכער נישט כדת משה וישראל) דר. נעמה שיבזי, פון די גרויסע פראפעסארקעס אין עניני מחקר ורפואה אין איינס פון די פאפולערע יונעווערסיטי'ס אין מדינת ישראל, וואס האט אוועקגעגעבן לאנגע שעות פאר שטודיעס אין מעדעצינישע איינגעלעגנהייטן און איז שטארק באהאוונט אין פארשידענע געזונטהייט און היילונג פראדוקטן, און אין צוגאב שטייט זי אין שפיץ פון נישט א קליינע קאמפעני וואס פראדעצירט אסאך פון זיי, און איז זיך שטארק צו-וואקסן אויפן געוועב אין די לעצטע יארן. בקיצור, א טויגליכע פאפולערע געלונגענע פארפאלק וואס האבן זיך באגעגענט ביי די עטליכע און דרייסיג יאר אלט, און נאך עטליכע יאר געבענטשט געווארן מיט דריי קינדער וואס זיי האבן ערצויגן ווי עס פאסט פאר די העכערע עליטע.
מיט א האלב יאר צוריק האט א טראגעדיע באטראפן זייער פאמיליע, ווען זייער קליינעם, א קינד פון צוויי יאר אלט - רועי, איז געשטארבן נאכן זיך נישט גוט פילן עטליכע טעג, און די דאקטוירים האבן נישט געקענט טרעפן די ריכטיגע סיבה. די עלטערן האבן געטרייט צו טון אלעס וואס זיי האבן געקענט צו ראטעווען זייער קינד, אבער רועי איז אויסגעגאנגען ווי א לעכט רח"ל, אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט, פרום צו פריי. נאך א קורצע פאלמעסונג אויפען קליינעם קערפער האט מען געזען סימנים פון אויסגעטריקנטקייט אין דיהיידרעישאן, ה' ירחם.
כלפי מה דברים אמורים?
אין דעם הערליכען וועקער, האט געשריבן חוה פויגל, כ'ווייס נישט ווער זי/ער/טומטום איז, א הארצרייסנדע ארטיקל פון א מאמע וואס האט פארלוירן א קינד ל"ע ולא עליכם. איך האב ממש מיטגעוויינט און געפילט די צער און שולד-געפילן פון די מאמע, וואס זענען געווען אזוי פאכמאניש און קלאר געשילדערט, אוי געוואלד. אבער איין מינוט! פלוצלינג האט זיך די ארטיקל געגעבן א שארפע דריי און געווארן עפעס א מאדנע שולד ארטיקל נוסח שטורמער אז דאס האט צוטון מיט חרדים וואס האבן חתונה יונג און האבן נישט קיין צייט זיך צו באקאענען מיט די מאן (מה הקשר, אתמהה???) און ווי יענע משורר האט שוין אזוי געזאגט און אהער געזאגט, און אלס צוליב דעם וואס מיר האבן נישט קיין אינטערנעט צו סוירטשן ווען די קינדער פילן נישט גוט... וועיט עי מינוט! חוה פויגל דו פילסט יא גוט? דיינע רייד זענען ווי איינער וואס רעדט פון היץ, ביסט נאריש? א מאמע וואס איז דריי מאל געלאפן צום דאקטער, וואס א היימישע דאקטער זעט בערך דריי ביז פינעף הונדרעט קינדערלעך א וואך מיט אלע מינע חולאת'ן און נאז-גערינעכצער, און אז ער האט נישט געהאט קיין ענטפער פאר איר און געזאגט אז ס'איז א ווירוס, האלטסטו טאקע אז איר אינטערנעט ריסוירטש פון א דערשראקענע מאמע וואלט איר געגעבן א בעסערע ענטפער. דו חוה אלס מאמע וואלסט געווען קאנפידענט צו לייגן דיין קינד שלאפן נאכן גוגלען אז מסתמא איז עס גארנישט און מ'דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דאס קינדס נאכאנאנדע געוויינען? נאך א נס כ'בין נישט דיין קינד...
מיינס טאקע אז ביי די בעסערע עליטע וואס האבן יא שפעט חתונה געהאט, יא זיך באקענט פאר זייער לאנג, מיט א קנאקעדיגע האני-מאן א לענגס און א ברייטס, יא שטענדיגע אינטערנעט צוטריט, און יא מעדיקעל וויסנשאפט, קען דאס נישט פאסירן רח"ל?! עיין ערך איתן בר-סלע און דר. נעמה שיבזי...
פארוואס איז מיר דאס בייז בלוט אזוי ארויף אין קאפ? די וועקער אידאך א הערליכע אויסגאבע פיל מיט תוכן און קלאס, אבער כ'האב באקומען די רושם אז ווער ס'וויל אויסדריקן זיין ווייטאג קעגן די חרדים האבן נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט, אדער עני אנדערע זאך קעגן דעם סיסטעם, קאטשקעט אפ א ארטיקל, און צום סוף שטיפט ער עס אריין מיט געוואלד צו דעם איינעם מוסר השכל אז דער 'סיסטעם' איז שולדיג אין אלעם, און ס'מוז גארנישט האבן קיין הענט און קיין פיס. טויט-פאל ביי קינד רח"ל? האסט צו פרי חתונה געהאט!!! די קינדער האבן געמאכט א באלאגאן אינעם קינדער-צימער? דו האסט זיך נישט גענוג באקענט מיט דיין מאן!!! א קינד פילט נישט גוט? דו האסט נישט קיין אינטערנעט!!! זיין נאז רינט? דו ביסט א חלק פון די פאנאטישע נערנים!!!
חוה פייגל במחילת כבודיך הרמתה, די צווייטע האלב פונעם ארטיקל איז נישט ווערד געווען די שפייעכץ. און לעדתי הרטושה, מוז דער וועקער אנהאלטן א מינאמאלן סטאנדארט אז מ'קען נישט קומען און אויסקטענען אלעס וואס מ'האט אין בויך. אז נישט וועט מען זייער שנעל אריבערגיין די דינע ליניע פון א קוואליטעט אויסגאבע צו א שמות טראק פון יעדעמס אייגנארטיגע בויך-קרעמפפן פון וואס ס'איז דא אסאך (עיין ערך פארשידענע ניקס דא). דער וועקער קען נישט און טאר נישט זיך צו כאפן צו יעדער זאך וואס האט א 'אנטי חרדי' אדער 'אנטי סיסטעם' שמעק ווי א גוש קטיף'ניק וואס ווערט ווילד ווען ער זעט א טונקלהויטיגער ספק אראבער פונדערווייטענס. דער וועקער האט אן אחריות נישט פארוואנדלט צו ווערן אינעם זעלביגן גדר ווי א נטרונא בלעטל קעגן די מדינה, נישט צו ווערן די פאן טרעגער פון האס ארטיקלען קעגן דעם סיסטעם. א גוטע ארטיקל ווי כמעט יעדן איינציגסטן אנדערע ארטיקל אין דעם רייכן אויסגאבע וואס האט דעקונג צו זיינע רייד, תוכן, מחשבה, ידיעה, איז נאר א מעלה און געט צו אסאך שלימות און קאליר צו א תוכנדיגע אויסגאבע, אבער ווערן א שימפף בלאט קעגן אלס און אלעמען ווען ס'האט אפילו נישט קיין פשט, מאן דכר שמי'?
איך לאדען דעם ציבור צו צונעמען מיינע ווערטער, מוסיף זיין, זיך דינגען, מפלפל זיין, איך בין גרייט צו הערן אויב אנדערע האבן אויך אזוי געקלערט ווי איך.