בלאט 1 פון 1
הונט אטאקע אין מאנסי שטורעמט אויף אמעריקע
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:03 am
דורך [NAMELESS]
א הונט האט היינט אטאקירט א קליינע אידישע יונגעלע אין מאנסי, און דאס שטורעמט אויף גאנץ אמעריקע. די יונגעלע איז ב''ה געראטעוועט געווארן אבער איז שרעקליך צוגראדזשעט געווארן דורך דעם ווילדען הונט.
עס איז א זעלטענע זאך אז אזא זאך זאל געשעהן, און דאס מאל איז עס אויף קלארע ווידיאו וואס שוידערט אויף יעדע מענטש.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:03 am
דורך [NAMELESS]
טשעלסי קלינטאן לאזט זיך הערן פאר אירע 1.6 מיליאן פאלוערס
https://twitter.com/ChelseaClinton/stat ... 3189790720
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:05 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:08 am
דורך berlbalaguleh
מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:10 am
דורך [NAMELESS]
א פחד
Re: הונט אטאקע אין מאנסי שטורעמט אויף אמעריקע
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:17 am
דורך אייער שפייז
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!
די פליס האט אויפגעפיקט די הינט

Sent from my LGLS450 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 1:01 am
דורך איסר האטלקי
דער ווידעאו איז א פחד נורא! דאס קינד וואלט געקענט גע'הרג'ט ווערן זיבן מאל פון דעם ווילדן הונט!
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:22 am
דורך [NAMELESS]
!!BEHIND EACH DOG THERE'S AN OWNER
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 6:30 am
דורך Chasidishmashpia
פחד נורא
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 7:09 am
דורך שמעקעדיג
א שוידער, ה"י. איך האף דאס קינד זאל זיך אויסקורירן גרינגערהייט. דאס קען אים איבערלאזן טראומאטייזט פאר'ן לעבן.
איז דער הונט געווארן אנגערייצט דורך איימיצן? אדער האט ער עס געטון מדעת (?) עצמו?
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 8:38 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 10:58 am
דורך יואליש
איז א פיטבול לעגאל אין ניו יארק? און איז דא ספעציעלע געזעצן פאר דעם. איימיצער זאגט מיר אז ס'האט א דין ווי א ביקס לגבי negligence. דאס הייסט די האר קען ווערן אמגעקלאגט קרימינאל.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 11:02 am
דורך יואליש
כ'זעה אז צווי חדשים צוריק האט די פאסט באהאנדעלט די שאלה פון א פארבאט. ס'איז אימלעגאל אין די "פראזשעקס" האוזינג.
http://nypost.com/2017/02/21/recent-pit ... -dogs/amp/
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 12:39 pm
דורך כלבאשבוע
בין איך דער איינציגסטער וואס פילט אז רעיגען באטטעליאן זענען נערישע חדר יונגלעך וואס ניצען זייער פלאטפארם אנע שכל?
נעם למשל די מעשה, סאיז שרעקליך יא, אבער צום בעסטן איז עס א דאמעסטיק פארקומעניש מיט וואס די לאקאלע אינסטאנצן דארפן זיך קימערן, פארוואס דארף מען דא אריינדרייען אידישקייט כאילו סליגט דא א שמעק פון אנטיסעמיטיזם? מדרייט אן א קאשע, מאיז עס מפרסם על כל פני תבל פון מאנסי ביז טשעלסי קלינטאן אז יעדער פאלנער גוי זאל נעמען א שטעלונג צו דער הונט איז א שונא ישראל אדער נישט
השם ישמרנו פון די דעמעדזש וואס כלל ישראל וועט נאך האבן אויסצושטיין חלילה פון די חברה קלים ופוחזים
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 1:08 pm
דורך יואליש
ווי זעהסטו אז מ'מישט אנטיסעמיטיזם? כ'מיין אז OJPAC וועלכע וויינט מיט קראקידיל טרערן יעדעס מאל א מידיא נייעס דערמאנט אן ארעסטאנט'ס ארטאדאקסישע אפיליאציע (ווייל ס'איז נישט נוגע צו די נייעס) איז דא עקזפאוזט אלס היפיקריטן ביים טוויטן די קינד'ס רעליגיע.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 1:59 pm
דורך כלבאשבוע
יא דאס מיין איך טאקע, OJPAC האט געשריבן Pit bull attacks Orthodox Jewish toddler
רעיגען באטטעליאן האט דאס ארויסגעטוויט פאר זייערע 35 טויזענט פאלאוערס וואס האבן זעראו שייכות מיט מאנסי און מענטשן ווינדערן זיך טאקע דארטן און ביי טשעלסיס טוויט אין די קאמענטס וואס עפעס קומט אריין אין די געשיכטע די אידישקייט פונעם יונגל
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 2:08 pm
דורך ווייל אזוי
יוסי געשטעטנער אויף א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן זאגט אז ער האט געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די נייעס האט ער גענוצט זיין OJPAC אקאונט האט ער געמוזט אינטערשטרייכן אז ס'איז געווען א אידיש קינד.
און אויך לייגט ער צו אז די פראבלעם איז אויך געווען אז ס'איז א אידיש קינד ווייל ביי אונז אידן איז נישט אזוי פאפולער סאושעל מידיע און ממילא האט נישט פאליס מורא געהאט אז ס'גייט ווערן אן איבערקערעניש.
Re: הונט אטאקע אין מאנסי שטורעמט אויף אמעריקע
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 2:17 pm
דורך קל וחומר
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף נאכגיין ווער דער בעה"ב פונ'ם הונט איז. און איהם שטארק באשטראפן. אויסער א ציווילע לאו-סוט. אין גאנץ נ.י. סיטי איז דא א געזעץ וואס הייסט ..."ליעש-לאו"... וואס לויט דעם געזעץ טאר מען נישט לאזן א הונט ארומלויפן פריי אפילו ער אטאקירט נישט קיינעם. מ'ווערט באשטראפט פאר עובר זיין דעם געזעץ אליין...!
ס'איז נישט געשען אינעם סיטי.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 2:21 pm
דורך כלבאשבוע
ווייל אזוי האט געשריבן:יוסי געשטעטנער אויף א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן זאגט אז ער האט געוואלט אז ס'זאל אנקומען צו די נייעס האט ער גענוצט זיין OJPAC אקאונט האט ער געמוזט אינטערשטרייכן אז ס'איז געווען א אידיש קינד.
און אויך לייגט ער צו אז די פראבלעם איז אויך געווען אז ס'איז א אידיש קינד ווייל ביי אונז אידן איז נישט אזוי פאפולער סאושעל מידיע און ממילא האט נישט פאליס מורא געהאט אז ס'גייט ווערן אן איבערקערעניש.
דאס לייגן אוף OJPAC מאכט סענס הגם שרייבן אז סאיז א איד האט נישט אויסגעפעלט, אבער די עיקר קשיא איז ווי קומט דאס צו רעיגען באטטעליאן?
נאר וואס דען, אז מאיז א חדר יונגעל קען מען זיך נישט איינהאלטן, נעבעך
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 2:42 pm
דורך יודישע שרייבער
דאס מיינט אז זי פלאנט צו לויפן...
אויף וועלכע פאזיציע ווייס איך נישט.