[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)
קאווע שטיבל • ניסיונות
בלאט 1 פון 2

ניסיונות

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:30 pm
דורך פליקער
איך האב נישט קיין מאל געוויסט וואס עס מיינט ניסיונות, מיין רבי פלעג האקן אין טיש, אינגעלייט האבן שווערע ניסיונות, איך פלעג זיך אלס קלערן וואדע פאכע רעדט ער, וואס מיינט ניסיונות, פאר א שטיק צייט ווען איך בין שוין געווען עטוואס ברייטער האב איך געמיינט אז ניסיונות מיינט פשוט כמשמעו, אז אינגעלייט האבן דעם אבר קטן, און זיי האבן א ניסיון לדבר עבירה, אז עס איז א נארמאלע ערשיינונג אז א אינגערמאן זאל זיך פארחלישן צי פארגעוואלטיגן א אישה, נישט געהאט קיין ראי' לדברי, אבער א זכר יא. אבער איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס זאל עס א אינגערמאן טוען, מען גייט דאך אין תפיסה פאר פיפציג צי הינדערט יאר, און אויף דעם האב איך שוין יא קלארע ראיות, אלזא קען נישט זיין אז אינגעלייט זאלן זיך ארים דרייען מיט ניסיות צי פארגעוואלטיגען מין בשאינו מינו.

אולי איז ניסיונות א מין במינו טראכט איך, מאכט אויך נישט קיין צענט, אז מען זאל דאס אזוי פארשרייען אלס ניסיונות מער ווי סיי וועלכע חטא, על כן איז דאס פארבליבן אזא נאו גא עריע, פרעג נישט און ווייס נישט, נאר שפיל מיט און פארטיג, כאילו איך פארשטיי, ווייל כדי צי זיין פיפיג טאר מען נישט זאגן אז מען ווייסט נישט, נאר מען גייט מיט די פלוס, מען מאכט זיך כאילו מען ווייסט.

עס זענען פארהאן אזעלכע נאו גא עריע'ס, וואס ווען מען איז קליין לאכט מען דיך אויס, און ווען מען איז גרויס שעמט מען זיך צי פרעגן, למשל לאמיר זאגן איך האב א קאזען וואנץ רימאווד, ווען איך בין געווען קליין איז עס געווען אזוי נייטראל מיין קאזען, אן קיין שאלות, שפעטער פרעג איך מיין מאמע וויאזוי איז יענער מיין קאזען, מיין מאמע אן א ווארט וויל מיך דערהרגענען נאר פאר אזא שאלה, אזוי וועל שוין קיין מאל נישט געוואויר ווערן וויאזוי יענער איז מיין קאזען, אבער איך וועל קיין מאל מער נישט פרעגן אדער זאגן, עס איז געבליבן אזא נאו גא עריע.

יעדער איינער ווייסט אז ביי סליחות קלאפט מען אשמנו איין מאל, אויב כאפט מען איינעם קלאפען צוויי אדער דריי, קען נישט טוען קיין שידוך מער, אבער מיין סידור שטייט עס דאך, וואס טוט מען, עס האט נישט קיין אינסטראקשען'ס ווי יש מדלגים, פרעגן קען מען נישט ווייל די שטאט וועט זיך רייסן פון דיר, וואס טוט מען מיט די נאו גא, איז דא עטליכע אפשען'ס, אדער זאגט מען עס שטילערהייט אן קלאפן, אדער לאזט מען עס אויס, אבער פונקטלעך ווי ווייס איך נישט, נעמט מען כדי קליפה פון ביידע זייטען, אויב נויטיג איך זיך און א דרינגענדע חזנות'ל ווען איך בין אין יענע געגענט אינעם סידור, דאן לאז איך עס ארויס ביי אשמנו מכל עם גלה ממנו, איך וויל נישט ריזירקירן ביי סרנו מכל דור, משום חשש אז יעדער חוץ איך ווייסט מסורה דור דור ממשה רבינו אז מען לאזט עס אויך אויס, און איך וועל אויס זען ווי יענקל עם הארץ, בקיצור עס איז די נאו גאו עריע.

סא ניסיונות פלעגט אויך זיין ביי מיר א נאו גא עריע, נישט געקענט אויספיגערן וואס עס מיינט, און פרעגן מיין פאטער האב איך נישט בשום אופן געקענט פויעלן, אז איך שפיץ חכם ווייסט נישט, אפשר איז ניסיונות די זעלבע זאך ווי חטא הידוע, טאטשען ווי מען טאר נישט, קען נישט זיין, ווייל דאן איז עס נישט ניסיון, דאס איז חטא הידועה, הגם פיל האבן א נאו גא מיט חטא הידועה, זיי האבן עס נאך נישט אויסגעפיגערט, אבער עווענטעלי ווערט עס אויסגעקלארט אז עס מיינט נישט ציונות, סא ניסיונות קען נישט זיין די זעלבע זאך. אפשר האט איינער א ניסיון צי מאכן די חטא הידועה, קען זיין, אבער עס קען דאך אויך זיין אז איינער האט א ניסיון צי רעדען לשון הרע, אדער האבן א סמארט פאון. אה אפשר טאקע דעס, בקיצור עס קען זיין אלעס, עס בלייבט א נא גאו.

יעדער האט עטליכע נא גאו עריעס וואס מוטשעט, און עס איז נארמאל, איך ווייס א אינגערמאן וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט הבדלה מוצאי יומי דפגרי'ס, ער קען נישט אויספיגערען ווען מען זאגט יא אדער נישט הנה קל, ווען מען שמעקט יא אדער נישט בשמים, און ווען מען מאכט יא אדער נישט האש, זיין נייט-מער איז חול המועד סיכות ווען די שכנים הערן, ער האט נאך א נא גאו עריע וואס קראכט אים אויס אין די סוכה איז שהחינו, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן נאך די ערשטע טאג, ווען מען זאגט יא אדער נישט, און די צווייטע טאג ווארט ער אלע מאל אויף זיין שכן צי הערן וואס דארט טוט זיך, אבער זיין שכן ווייסט אויס האט אויך די נא גאו עריע און מאכט קידוש שטיל כדי קיינער זאל נישט הערן, פלוצלינג ווערט אים שווארץ פאר די אוירן ווען ער הערט האאאאמוצי לחם מן הארץ.

קומט א אינגערמאן א אלעס ווייסער און לייגט א עדווערטייזמענט אז ער פארשטייט צי ניסיונות, און גארענטירט אז ער וועט ביי אייך קאנפעדענטיעלי מסדר זיין אלעס, פאר א מינימאלע אפצאל, איך פריי זיך גאר שטארק, ווייל עס איז מיר ווערט אלע געלטער קודם אויסצילייזן מיין פראבלעם, וואס אין גיהינום דאס מיינט, ווער איך געוואויר פון א קליפ, שוין געשפארט דאס געלט, קיין מאל טאקע נישט געהערט פון א ניסיון נישט צי גיין אין סקיסע, נעם זיך אינטער צי גיין יעדע ניינציג מיניט והכל על מקומו יבוא בשלום, דער אינגערמאן שווערט אז ער מיט זיין ווייב גייען יעדע ניינציג מיניט און זייער גאנצע ניסיון הלך לעולמו, איך פארשטיי נישט וואס די עבירה איז, איך געדענק עפעס א גמרה אז עס איז אסור זיך איינציהאלטן, אבער קיינמאל נישט געחלום'ט די שרעקליכע איסור מיט וואס יעדער מוטשעט זיך שוין יארן, און ער האט אנטפינדען א הינטער טירל באופן פשוט מאוד.

איך האלט גריידע אז דער ניסיון טעראפיסט האט דא א ביטערע טעות, ער מיינט אז די ישועה קומט פון די לאזן ס'וואסער חלק, די אמת איז אז ער האט ערפינדען די סגילת אשר יצר, ווען מען זאגט אשר יצר ווערן אלע ניסיונות בטל, די גאנצע ייצר ווערט פארוואסערט ווי די זאגאר איבערגעלאזטע סחורה, און ווי מער אשר יצר'ס עס ווערן געמאכט לזכות לנצל מנסיונות, אלס מער איז ערווארטעט אז די ניסיונות וועלן פארמיטן ווערן והכל על מקומו יבוא בשלום.

גריידע איז דא א שטארקע ווינט פון לייגען אזעלכע געדריקטע אשר יצר'לעך ביי אלע סינק'ס אז בשעת מען ווישט זיך אריין אין די האנטעך וואס ליגט דארט, זאל מען נישט קיקן אדער שפירן ווי עס סרכעט אדער ווי נאס עס איז, נאר מען זאל דארט אריין קוקן אינעם אשר יצר'ל, פארגעסענדיג וואס פאסירט און די וועלט פון דזשערמס. גלייב איך אז איצט נאכן גרויסען דורך בראך אינעם ניסיון קריזיס, זאל מען ארויף לייגען אשר יצר'ס געדריקט אויף פארמעט, דאס וועט זיכער בלתי שום ספק מבטל זיין אלע שווערע ניסיונות.בילד

Re: ניסיונות

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:35 pm
דורך א איד
ער שרייבט דאך קלאר ארויס, נסיונות אין עניני קדושה.
פונקט ווי איינער זאל ווען שרייבן, האט איר נסיונות צו רעדן לשון הרע? אדער האט איר נסיונות אין מחלוקת.

עס איז א געשמאקער ארטיקל

Re: ניסיונות

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:38 pm
דורך קל וחומר
צדיקים פלעגן טייטשן 'להזהיר גדולים על הקטנים', אז ווען ווען א קינד ווערט א גדול זאל מען אים מזהיר זיין אויפן ענין פון גיין כסדר קטנים ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 5:02 pm
דורך קאצקע ציקער
גיט געלאכט ספעציעל ביי די שהחינו חלק

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 5:28 pm
דורך הוגה
זייער א זיסע ארטיקל און גוט געשריבן. אגב, וואו קען מען הערן די קליפס פונעם עקספיריענסד בעל ניסיונות? איך מוטשע מיך שטארק...

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
עכט שעם איך זיך צו פרעגן, אבער איינער קען מיר מסביר זיין וואס מיינט ענייני קדושה??

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 6:05 pm
דורך שמעון וואלף
בן אדם האט געשריבן:עכט שעם איך זיך צו פרעגן, אבער איינער קען מיר מסביר זיין וואס מיינט ענייני קדושה??


נקדישך ונעריצך ביי הויכע שמונה עשרה

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 6:12 pm
דורך [NAMELESS]
נישט טאנצן קאדאטשקע?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 1:42 pm
דורך חקרן
אהער מיטן קליפ

Re: ניסיונות

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 2:19 pm
דורך פליקער
חקרן האט געשריבן:אהער מיטן קליפ

עס גייט מיר עפעס נישט ארויפלייגן די קליפ.

אולי מיין פילטער

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 3:08 pm
דורך אביסעל שכל
דא

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער: ייש"כ דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער מיט דיין אייגנארטיגן בליק אויף אלע עניינים. (נישט נאר ענייני קדושה.). די סצענע מיט שהחינו און לישב בסוכה לייגסטו אראפ זייער רעאליסטיש. און ס'איז פארהאן א טאן פון הומאריסטישע מעשיות, אריינגערעכנט מעשיות מיט א שווער און איידעם, וועלכער האט געדארפט צו זיין א תלמיד חכם. און דער שווער דער עם הארץ האט געווארט צו זעהן וואס דער איידעם דער ת"ח וועט טון...!

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 11:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:14 pm
דורך חקרן
איינער האט נאך שמועסן פון דעם חברה-מאן? - אדער איז דאס דער איינציגסטער וואס איז דא?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט ארויפלייגען די צווייטע וואס איך האב, ווייל ס'איז צו גרויס. זיין עצה איז אז מ'זאל נאכאנאנד גייען אין ביה"כ קטנ'ן. לכאורה איז ער א גרויסע באקאנטע קטנ'ער, און ער וויל מזכה זיין דער עולם מיט זיין המצאה.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:25 pm
דורך חקרן
א פיינעם ארטיקל פאר ראובן אינעם וועקער. זאל מען אים פארבעטן צו שרייבן דארט איבער זיינע עצות.

קען זיך איינער מרחם זיין און שיקן א רעקארדירונג?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:31 pm
דורך קאצקע ציקער
.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 1:39 pm
דורך קאצקע ציקער
חקרן האט געשריבן:א פיינעם ארטיקל פאר ראובן אינעם וועקער. זאל מען אים פארבעטן צו שרייבן דארט איבער זיינע עצות.

קען זיך איינער מרחם זיין און שיקן א רעקארדירונג?


http://vocaroo.com/i/s1YoSuaLdi4R

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 2:21 pm
דורך יתרו
ליצנות אהער ליצנות אהין, ס'ווייב זיינע קען נישט קיין ענגליש. סאיז ווייסע ווערסע low testosterone causes frequent urination נישט פארקערט, ודוק
http://www.everydayhealth.com/hs/low-te ... -symptoms/

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 3:23 pm
דורך חקרן
ס'איז ביי מיר געבלאקט... קען עס איינער איבערלייגן אויף א כשר'ע וועג?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:55 pm
דורך איך אויך
פליקער האט געשריבן:
דער אינגערמאן שווערט אז ער מיט זיין ווייב גייען יעדע ניינציג מיניט און זייער גאנצע ניסיון הלך לעולמו https://uploads.tapatalk-cdn.com/201704 ... b5af16.jpg[/img]

פליקעריש, כאפסט ניטאמאל ווי יענעמס עכטער לעזונג ליגט.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
וואס טוט מען אז א טאטע האט א באדערענע קינד וואס רעדט נאר ענגליש? ברענגט ער אריין זיין ווייב זאל עקספלעינען די קטנ'עריי...

http://vocaroo.com/i/s1vqmlIOQrfj

Re: ניסיונות

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 11:59 pm
דורך פליקער
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואס טוט מען אז א טאטע האט א באדערענע קינד וואס רעדט נאר ענגליש? ברענגט ער אריין זיין ווייב זאל עקספלעינען די קטנ'עריי...

http://vocaroo.com/i/s1vqmlIOQrfj

אינטערעסאנט אז דער פיש כאפער כאפט נאך אלס נישט אויפן ווינק אז ער איז ללעג, נאך עטליכע קאלס וועט ער אוודאי כאפן.
וואס טוט מען נישט פאר א פרנסה מיט א גוף נקי.