בלאט 1 פון 1

איז דער קנאקערס בלוט רויטער?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2017 7:01 pm
דורך מיש-נייעס
היות עס זענען באקאנטע פיגורן וועל איך נישט פורש בשמם זיין נאר גיין צום ווייטאגליכן ענין מיט פיקטיווע נעמען:

מעשה שהיה כך היה: ראובן האט זיך פארגליסט אין א פרוי און איר איבערגערעדט צו האבן שייכות מיט איהם, עס איז צושטאנד געקומען, אבער... עס איז געטון געווארן אויף א אומפרעפעסיניאלער אופן, אזש מען האט איהם געכאפט.
האלט קאפ! א מאנספערזאן וואס טוט א עבירה מיט אפילו מיט אן אשת איש איז נישט אסור פאר זיין ווייב, ער קען ווייטער בלייבן א געטרייע מאן פאר זיין ווייב און א גוטע טאטע פאר זיינע קינדער.
זענען געקומען עסקנים רוצחים און איהם אפגעטיילט פון זיין ווייב, אפגעטיילט פון די קינדער, וואס דאס האט נישט קיין שום מקור און קיין שום ענין, אויסער די איגאו פון די עסקנים זיי זאלן קענען ווייזן: ביי אונז פאסירט נישט אזא זאך! פון אונזער לאנגע נאז האט זיך קיינער נאכנישט ארויסגעדרייט! און על לא דבר צובראכן א שטוב, גע'הרג'עט א שיינע בליענדע משפחה, די יונגערמאן, די פרנסה, די ווייב די קינדער אלעס איז געגאנגן א גאנג ה"י, און די ריכטיגע תוצאות וועלן מיר נאר ריכטיג זענען אין די קומענדיגע גענעראציע!

מעשה שהיה כך היה: שמעון האט זיך פארגליסט אין א פרוי וואס איז געווען פארהייראט און איר איבערגערעדט צו האבן שייכות מיט איהם, עס איז צושטאנד געקומען, אבער עס איז געטון געווארן אויף א אומפרעפעסיניאלער אופן אזש מען האט איהם געכאפט, האלט קאפ א מאנספערזאן וואס טוט א עבירה מיט אן אשת איש איז נישט אסור פאר זיין ווייב, ער קען ווייטער בלייבן א געטרייע מאן פאר זיין ווייב און א גוטע טאטע פאר זיינע קינדער, א פרוי וואס איז פארהייראט און זי האט שייכות מיט א צווייטע מאן איז אסור פאר איז מאן, און זי מוז זיך גט'ן.
איז יעצט צושטערט געווארן א שטוב וואס על פי דין תורה מוז מען אזוי טאן, די פרוי מוז זיך אפ'גט'ן פון איר מאן און צוברעכן די שטוב

אבער היות שמעון איז א קנאקער, איז קיין שום שריט נישט גענומען געווארן קעגען איהם, מען האט איהם נישט פארפאלגט, נישט מקפח געווען זיין פרנסה, נישט אפגעטיילט פון זיינע קינדער, נאר עולם כמנהגו נוהג

און דאס איז וואס איך וויל וויסן נישט פארוואס מען האט זיך נישט גענומען איבער שמעון, נאר אויב מען קען (בהסכמת הרבנים...) פארשווייגן א מעשה, פארוואס האט מען עס נישט געטון ביי ראובנ'ן? ווייל ער איז נישט אזא קנאקער מעג מען איהם אויסטרינקן דאס בלוט?