בלאט 1 פון 1
תורה ווירדן (וועקער 8)
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 4:56 pm
דורך געוואלדיג
שוין צייט אז טוביה גוטפארב זאל נתגלה ווערן און עס זאל זיין א ווינקל וואו מען קען דעבאטירן דעם נושא.
איך האף צו אריינלייגן אין ״וועקער 9״ א המשך ארטיקל.
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 5:22 pm
דורך געוואלדיג
איך בין נישט אין אריכות מוד אבער בקיצור איך ווייס אז די תורה איז אמת ווייל מיין שכל -נישט מיינע ווירדן נאר די שכל - זאגן מיר אז עס איז אמת מכח די פילע עדות אויף מתן תורה.
Re: תורה ווירדן (וועקער 8)
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 6:43 pm
דורך דעת תורה
אוודאי איז די תורה געגעבן געווארן אין א שוין - עקזיסטירנדע מאראלישע פרעים ווארק. אז נישט האט דאך נישט קיין פשט צו באשווערן צו פאלגן די תורה. ער קען דאך פונקט אזוי עובר זיין די שבועה
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 2:05 am
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס, דאס אז "אמת איז מחייב" העט איך אפשר מסכים געווען אז דאס גייט אפשר אריין בגדר אונעווערסיאלע מאראל (אויך נישט ברור, "אריינגיין אין וואנט אריין איז מחייב א קלאפ אין קאפ" איז נישט קיין מאראל, ווידער "פאלגן דאס וואס דער רבונו של עולם הייסט" שיינט יא צו זיין א מאראל, הגם אין דעם אליין בין איך אויך נישט זיכער, ווילאנג איך ווייס נישט גענוי וואס איז די דעפעניציע פון מאראל (הומאניזם? הסכמת בני אדם? מיין פערזענליכע הרגש?) בין איך נישט איבערצייגט אז דאס איז צופיהל אנדערש פון "גיין אין וואנט אריין", סוכ"ס איז עפעס יא אנגענומען מחלק צו זיין ציווישן "אמת ושקר" און "טוב ורע" מען ברויך דעפענירן די פונקטליכע גבולים וכבר נגעת ב- is-ought problem ).
אבער דאס אז אמת עקזיסטירט זעה איך בכלל נישט וואס דאס האט מיט מאראל אדער ווירדן, ס'איז פונקט אזויווי מען זאל טענה'ן אז "פאקטן" אדער "מאטעמאטיק" איז עפעס מאראלישע אדער הומאניסטישע מושגים. מען קען זיך אפשר טענה'ן וואס דעפינירט "אמת" וע"ז נלאו כל חכמי הלוגיקה והפילוסופים, פונקט ווי מען זיך טענה'ן וואס דעפענירט "פאקט".
איך האף איך בין גענוג קלאר, כ'קען עס נישט בעסער מסביר זיין.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:15 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב עס נישט געליינט ביז היינט. ווען איך זע אן ארטיקל וואס רופט זיך עפעס מיט 'רבנים' און 'חזירים' אדער 'תורה ווירדן' דא אויף קאווע שטיבל אדער אין וועקער איז עס געווענליך נישט כפי מזג טבעי, און ענדיגט זיך ביי מיר מיט אנדריסונג. איך זוך נישט בטבע צו באשולדיגן יעדעם אין אלעס מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן א שטייגער ווי די חוה פויגל ארטיקל...
זעענדיג דעם אשכול האב איך עס שנעל דורכגעליינט 'תורה ווירדן' און באמת הנאה געהאט! א ריכטיגער געדאנק וואס איז שיין אויסגעשמועסט געווארן. מיר ווארטן אויפן המשך!!
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 5:05 pm
דורך געוואלדיג
מיין שכל זאגט מיר אז תורה איז אמת און מחייב ווייל מיין זיידע האט אליין מיטגעהאלטן און געזעהן בהגלותך מלכינו על הר סיני ללמד לעמך תורה ומצות, די ידיעה מאכט מיך וויסן דעם אמת און די ידיעה איז מיר מחייב צו צושטעלן מיינע מאראלן צו די תורה.
Re: תורה ווירדן (וועקער 8)
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 6:34 pm
דורך מפוזרי
דער שמועס איז פארקראכן, די גרונדן פארוואס צו גלייבן איז דא נישט נוגע.
אין אמת'ן איז דאס שוין א חקירה פון די פילאזאפן צי טוב איז אן ערך פאר זיך אדער ס'ווענדט זיך אין וואס גאט וויל וואס ווערט אויטאמאטיש פאררעכנט אלס טוב.
אבער למעשה רירט דער ארטיקל נישט אן די חקירה. ס'איז אן אנדערע פונקט, לאמיר זאגן אז מיר ווייסן יא וואס הייסט גוט, קען מען עס איינהאלטן בלויז מכח הסכמת החברה להתנהג לטובת הכלל אדער מוז מען צוקומען צו גאט'ס אויטאריטעט וואס איז עס מחייב.
פון דא:
viewtopic.php?p=354736#p354736 און ווייטער האט זיך אנטוויקלט א שמועס דערוועגן. און דא איז וואס איך שרייב דארט צום סוף:
viewtopic.php?p=354846#p354846
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס, כ'האב זיך בלויז באצויגן צו דיין טענה אז אמיתת התורה (דאס אז גאט האט דאס געגיבן און דאס האט ער פארלאנגט און דאס וויל ער) איז אנגעוויזן אויף מאראל, און דאס איז לדעתי נישט ריכטיג, אמת איז אמת ווייל ס'איז אמת, דאס איז א פרינציפ, אן אקסיום, פאקט איז פאקט ווייל ס'איז פאקט. זאגן אז שקר איז טוב איז אפשר א משוגענע געדאנק אבער פארט מעגליך לויט ריינע לאגיק (און אין געוויסע פעלער וועסטו אפילו באקומען אן הסכמה פון רבנים... ע"ע המטרה מקדשת האמצעים, אדער להבדיל פון אפלטון ואריסטו ע"ע שקרים קדושים), אבער צו זאגן אז אמת איז מעגליך נישט אמת איז פשוט סעמענטיקס.