טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
פריער האב איך געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן מיר אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס איך בין נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך זיך בעסער מסביר זיין.
דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר'ן אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן צו גוי'אישע אדער פרייע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה...
אזא פסק מיינט נישט בלויז לב-טהור. לב טהור איז בלויז אן אנהויב. צווישן די ווערטער פון די ריכטערין, די מרשעת, באשולדיגט זי אז מען לערנט אויס די יוגנט צו פאסטן תעניתים, מאכן תענית הדיבור, מען גיבט נישט קיין סעקולערע חינוך, מען לאזט נישט קיין צוטריט צו די דרויסנדיגע וועלט, און נאך פילע באשולדיגונגען וואס מען קען דערמיט באשולדיגן יעדע קהלה קדושה בישראל.
לב טהור איז בלויז אן אנהויב. מיט דעם דאזיגן פסק וועלן מארגן אפירקומען אזעלכע וואס וועלן באשולדיגן גור אויף זייערע תקנות לעבן און שולט זיין און באלעבאטעווען אויף אינערליכע אינטימישע געהיימעניסן, וכבר היה לעולמים הפרשה עם פרשת וילר, איינשטיין, וכו'... דערנאך וועט קומען סלונים, סקווירא און אפילו סאטמאר... און מיינט נישט אז עס איז אבי גערעדט, מען האט שוין אנגעהויבן מיטן חינוך און סעקולערע לימודים... עס וועט נאך אונטערקומען אויף נאך זאכן...
מען האט אנגעהויבן מיט לב-טהור, מארגן כאפט מען זיך ארויף דערויף. אויב מיינט איר אז דאס איז בלויז אויף לב-טהור, דאן לעבט איר אין א גרייז. מען האט אזא זאך נישט געטארט צולאזן קיינמאל. עס איז א טראגישער טאג.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ס'איז א באזינדערע שווערע טאג פאר ואת הנפש אשר עשו, די צענדליגע גרים פון גוואטאמאלע וועלכע זענען נתקרב געווארן צו יהדות. די ניסיון איז ממש ווי די שנת רעב אין כנען מיט אברהם. מה יאמרו הגוים? לאמיר האפן אז די גרים וועלן ביישטיין די ניסיון מיט די ריכטיגע השקפה און נישט איבערלאזן דעם רבין אן מנין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אנטשולדיגט הרב העלבראנץ, ליידער איז די ריכטערין נישט מעהר ווי גערעכט. העלבראנץ-קולט איז אסאך מעהר עקסטריעם און צוריקגעשטאנען ווי יעדער היינטיגע חסידות וואס איר רעכנט אויס. לב טהור האט יעדע סימן פון א קולט, און עס וואלט שוין לאנג געדארפט זיין איליגעל אין די גאנצע וועלט! ענק ווילן לעבן ווי צוריקגעשטאנענע משוגעים? גוד פאר יו! שלעפ נישט אהין אריין קיין קליינע קינדער אין דיין תהום! Damage נישט קיין vulnerable קינדער! די ריכטערן איז לדעתי הונדרעט פראצענט גערעכט! ס'קומט זיך איר א גאלדענע מעדאל!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - אדאנק לב טהור
פריער האט איינער געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן אים אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס ער איז נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך עס בעסער מסביר זיין.
דעם היינטיגן טאג איז א גוטער און פרייליכער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז דער רשעות'דיגער קולט לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן - האפנטליך - צו אידישע הענט אדער גאר היימישע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה לטובה ולברכה...
דעם היינטיגן טאג איז א גוטער און פרייליכער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז דער רשעות'דיגער קולט לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן - האפנטליך - צו אידישע הענט אדער גאר היימישע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה לטובה ולברכה...
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ארס העלבראנץ פרובירט אלס צו קויפן סימפאטיע ביים ציבור מיטן אנשרעקן אז ער איז א קרבן ציבור, ווייל ס'וואלט געקענט זיין ענק פונקט ווי מיר - אדער אז איין טאג קענען ענק ליידען פונקט ווי מיר. אזוי האט ער אנגעפילט גאנצע געריכט זאלן ביי זיין קידנעפינג פראצעס אין ברוקלין און אזוי האט ער באקומען פאזיטיווע דעקונג אין די היימישע צייטונגן און אזוי האט ער באקומען רבנים באזיכער אין תפיסה. דער אמת איז אבער אז בלויז ארס העלבראנץ פארפלאנטערט זיך מיטן געזעץ נאכאמאל און נאכאמאל ווי אימער ער אנטלויפט צו, בשעת אנדערע גאט-פארכטיגע קהילות, מיט געזינטע פירער בראש, וואקסן און בליען אן קיין קרימינאלע פראצעסן. דאס איז ווייל ארס העלבראנץ איז באמת א קראנקער אביוזער, א קולט מאניפילעטאר און קען נישט אנדערש אנגיין - ווי כ'האב געהערט פון זיין ווייב און איין קינד (וועלכע ערהוילן זיך דא אין ניו יארק אדער האבן גענצליך אפגעהאקט פון אים). ווער ס'קויפט אפ זיין בלאף אז כלל ישראל ברויך פארטיידיגן זיינע קרימינאלע אקטיוויטעטן פאלט פאר זיין קולטישע ספין.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
העי גראבער ארז, די שפיל איז פאראיבער! עס פעלט מן הסתם נישט קיינע זונות אין גוטמאלע ממילא רוק אריבער אהין דיין ברייטע ת'חת מ'גן ל'ו און נעם אראפ דיינע לאבעס פון פארדראגטע נאיווע יונגע מיידלעך/ווייבלעך און יונגעלייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
ריבונו של עולם, געוואלד... ווער האט געכאפט דעם בילד? - כ'געדענק עס נאך ווי היינט! דאס איז געווען א ספעציעלער מאמענט, ווען דער ראש-העיר איז אריבערגעקומען מיט זיינע מענטשן, אויסצודריקן שטיצע מיט אונז. עס איז געווען אזוי פלוצלינג אז קיינער האט נישט געוויסט פון פאראויס אז זיי קימען, עס איז געווען דארט אין דער איילעניש א שיינער קבלת פנים, דערנאך האבן זיי געוואלט זען די קינדער, עס איז געווען אינמיטן חדר אבער מען האט געריפן די קינדער זאלן אריבערקימען. דאס איז די בילס.
פון וואו קימט די בילדער? - קיינער האט דאס נישט!
פון וואו קימט די בילדער? - קיינער האט דאס נישט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
דאס שיינט צו זיין שמואל פרימו מיט א פרישע ניק.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
קל וחומר האט געשריבן:דאס שיינט צו זיין שמואל פרימו מיט א פרישע ניק.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.
א חידוש אז דו האסט עס יעצט אויפגעכאפט. זיין ערשטע רעכטע תגובה אויף ק"ש האט שוין ארויסגעגעבן דעם סיקרעט: viewtopic.php?p=359280#p359280
בד"א, האט מען דעמאלס נישט אויסגעשפארט דעם "חכמת שלמה" אויך?
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב חכמת שלמה איז העלבראנץ איז א גוטע זאך אז ער שרייבט דא. גוט צו הערען אלע זייטען און אליינס דעסיידעד וואס איז ריכטיג. איך דארף נישט די הילף פין די חוסמים וואס צו האלטען.
און לגופו של דבר, איז גער לכאורה אויך א קולט וואס ציט אויף קינדער אויף א וועג ווי מען מאכט זיי פילען שולדיג פאר זיין מענטשן, סיי די זכרים סיי די נקבות. א מענטש דארף א פרוי פאר זיין וואויל-זיין, און פארקערט, און אין גער לאזט מען נישט די מענער הנאה האבן פין די ווייבער, און מען פראבירט אריינצורעדן די מענטשען אז א תאווה קומט פין די אייגענע מעשים צו מחשבות, און מען דארף זיך גענצליך פורש זיין.
יא א קולט, און טאמער טוט דאס מדינת ישראל, שיהיה, וועלען זיי אפשר אויפהערן מיט זייערע נארישקייטן.
אבער אינטערעסאנט אז אפילו רב העלבראנץ פארשטייט אנצוכאפן גער אלץ דער נעקסטער קולט, דאס הייסט דער נעקסטער עקסטרעמע חסידות בעניני מין איז גער.
הגם אז לב טהור איז מער א קולט ווי די מארמאנער ווי די קהילה מאכט גיטין וקידושין ככל העולה על עולם, און דאס איז נישטא אין גער (און קיין שום אנדערע אידישע פלאץ).

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג,
דער פסק גייט עפעס משנה זיין אינעם איצטיגן מהלך פון לב טהור? עפעס גייט זיך טוישן?
ווילאנג ער איז נישט אין תפיסה פארן מאלעסטירן קליינע קינדער און עביוזן פרויען ,געבן פילן פאר קינדער וכו׳ וכו׳ גייט זיך גארנישט טוישן, מ׳דארף דעם העלבראנץ פארשפארן אין א מאקסימום סעקיורטי תפיסה ווייל ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
חכמת שלמה האט געשריבן:איך אויך - קוק מיר אין די אויגן אריין... וואס האסטו געזאגט?
קוק נאר ווער עס רעדט!
ווער מיינסטו דו ביסט? די מנהל פון חדר? קוק מיר אין די אויגן אריין? דיין מאמע זאל קוקן אין די אויגן אריין! ער וועט קוקן ווי ער וויל, דו נידערטרעכטיגער פארברעכער, חזיר, רעפיסט, און מענטשען-פרעסער גייט זאגן פאר א נארמאלע ניק ״קוק מיר אין די אויגן אריין״ ? דו פיפעל איינער! קוק דיך אין שפיגל אריין, ביסט א אויסגעשפילטע גראבע בהמה און א קולט פירער פון דרייסיג צובויגענע משוגעים און דו רייט׳ס אויף אומשולדיגע פרויען און קינדער, טייל נישט איין פאר קיינעם ווי צו קוקן די מחוצף איינער! פוי! א גרויל און עקל פון א מענטש
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
די שאלה איז נישט געענטפערט. פארוואס קענען זיי אזוי נישט טוהן צו סיי ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די היינטיגע מערב'ישע געדאנקען? דיין קינד האט נישט קיין טעלעוויזשען?! דו אביוזער! דיין בחור מעג נישט עסען אייז קריעם גלייך נאך פלייש?! דו באנדיט איינער!
לכאורה איז די תשובה די קארופציע אין די רעגירונגס סיסטעם. פראקטיש ארבעט אלס מיט אינטערעסן, און וויבאלד דער חרדישע ציבור האט גענוג מאכט, וועלן זיי פארטיידיגן און ארויסהעלפן זייערס. ווען ארז וואלט נישט אנגעשפיגן דער געזעלשאפט מיט זיין גאות, וואלט מען איהם אויך געראטעוועט.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
ליטוואק, איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר די דברים של טעם, אבער דער זלזול כלפי אונזער קהילה לאזט מיר נישט לייקן. אין אלנספאל, איז די נקודה זייער גוט ארויסגעברענגט און דו ביסט ליידער גערעכט מיט די נקודה. עס גייט אבער א טריט ווייטער: קוק וואס עס קומט פאר אין ארץ-ישראל מיט די גיוס בני ישיבות, קוק וואס עס קומט פאר אין אמעריקע בנוגע די לימודי חול... עס איז שוין נישט די צייטן וואס אפאר עסקנים קענען א וויש געבן מיט די האנט און מאכן אז מען זאל קוקן די אנדערע זייט. עס איז היינט א וועלט פון סאשעל מידיע און אפאר היץ-קעפ קענען איבערדרייען וועלטן.
קוק וואס עס האט זיך אפגעטאן נאך די וויינשטיין מעשה, ווען יעדער איינער האט אנגעשאלטן גור און מאנכע האבן געהאלטן אזש אז מען דארף עפעס טון מיט זיי און מען טאר דאס נישט אזוי לאזן... אויב לב טהור איז לעגאל א קולט, דאן וויפיל פעלט דען אז עס זאלן אויפשטיין אפאר חברה פון די חילונים און אנהויבן איבערקערן די גאס אז תולדות אהרן איז א קולט... שטעלט אייך פאר ווען היימישע אידן זאלן ארויסקוקן אויף די הילף פון די מזרחי למשל, און מזרחי זאל מיט א שמייכל פארמאכן דעם אויג און לאזן די הסתה אויף תולדות אהרן (לדוגמא)... דעם חשבון וועט זיין זייער פשוט - אויב לב-טהור איז א קולט, דאן פארוואס איז תולדות אהרן נישט קיין קולט? - און קומט מיר נישט זאגן אז עס איז אנדערש, ווייל ביז נישט לאנג צוריק איז לב-טהור געווען אנדערש פון סיינטעלאגיע... מיט אביסל שנאה קען זיך אלעס איבערקערן...
וואס מיינט איר, אלע מיליאנען גוים פון דייטשלאנד זענען געווען בהמות וואס האבן געמיינט אז אידן ווילן מאנאפאלירן די וועלט? - עס איז אביסל שנאה מיט פראפעגאנדע אין די צייטונגען...
און די אלע וואס שעלטן אן קיין תוכן - ביטע, טוט עס ווייטער, דאס איז אונזער חיות....

- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
זאג נאר [tag]חכמת שלמה[/tag] ארז הלברנדס, דיין שמייליגע קרוש, וואס הייסט געבן מלקות וכו', לאזט האבן אינטערנעט?
דרך אגב, איך זע נישט וואס איז אזוי טרויעריג דערמיט, איך בין גראדע בשמחה רבה בתוך כלל ישראל.
זאת ועוד, מיטן צוגלייכן דיין קולט צו די קהילות ניקלשבורג, תולדות אהרן וכו' וועט דיר נישט העלפן צו פארדרייען א קאפ, יעדער מיט א קאפ אויפן פלייצע און אביסל דשעלי אין מח פארשטייט די חילוק...

We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ייף
דער ״חכמת שלמה״ סטראשט מיר אין אישי אז ער גייט מיך קלאגן אין קאורט פארן שרייבן קעגן אים
פלוצלינג איז ער אויף די זייט פון Law and order און כבין זיכער אז די פראצעס גייט אנגעקומען אלל די וועי ביזן סופרים קאורט...
העלבראנץ פארגלייך דיך נישט צו תולדות אהרן און צו קיין שום חסידות אויף די וועלט, דו האסט עס גענומען א שטאפל ווייטער, דיינע פרויען גייען אנגעטוהן אנגעפאקט ווי אראבערס, דו מאכסט חתונה קליינע קינדער און די געסט זיי פילן. סאיז דא א גיטע סיבה פארוואס מ׳האט דיך ארויסגעווארפן אין יעדע נארמאלע מדינה, קום מיר נישט וויינען דא מיט קראקדייל טרערן, כווייס פונקטליך אלע דיינע שייגעץ שטיק, כהאב א צודרייטע קאזין וואס האט זיך ביי דיר געדרייט א לאנגע צייט, דיין קליינע קליקע איז א קולט, און דו ביסט זייער פירער, ביסט א נידערטרעכטיגע חזיר וואס באלאנגט צוזיין אינטער גראטעס, דו טארסט נישט זיין אויף די פריי, ביסט א סכנה פאר די מענטשהייט, סגייט דיר ווייניג העלפן זיך צוצוגלייכן צו גיוס בני ישיבות ווייל קיינער דא קויפט נישט דיין לאקשן חוץ ליטוואק וואס פארשטייט טאקע נישט די חילוק צווישן א נארמאלע ׳חסידות׳ און ׳העלבראנץ-קולט׳ טאקע ווייל ער איז נישט משלנו (און פאר די זעלבע סיבה רעדט ער מיט זלזול אויף א ״מלאך אלקים״ דער ״אהבת ישראל״ ווייל ער האט קיין אהנונג נישט וואס ער האט געטוהן רעפעזנטירן)