בלאט 1 פון 1

פילגשים אין הלכה

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:22 pm
דורך בן תמליון
ס'ווערט באריכטעט אז דער ספרדישער הויפט רב פון ירושלים ר' אליהו אברגל האט געשריבן א היתר פאר קינדערלאזע פאר-פעלקער צו נעמען א פילגש צו מקיים זיין מצות פריה ורביה.

א פילגש פאר ווער עס ווייסט נישט איז א פרוי אין די זייט פון א ווייב מ'האט נישט צו איר קיין שום שיעבודים ווי א אייגענע פרוי מ'מעג איר פארשיקן אן א גט זי איז בלוז 'צו נוצן' מ'שטיינס געזאגט. וואלט געווען אינטערעסאנט צו אויסשמועסן מיר טרעפן זיי אין חומש די אבות האבן געהאט פילגשים אזוי אויך אין נ"ך ווי פילגש בגבעה. ווען האט זיך די פילגשים אויפגעהערט ביי אידן? איז ביים צווייטן בית המקדש אדער בזמן הראשונים נאך געווען פילגשים? בכלל וואס זעען מיר אין ספרים וועגן דעם?

אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.