בלאט 1 פון 2

ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 11:02 am
דורך מיש-נייעס
איך זעה אז מען האט נאכנישט געשריבן וועגען די ברודער פון ר' ישעי'לע וואס האט געוואוינט דא אין ניו יארק ר' יהודה צבי בן ר' משה שטיינער ז"ל

איך ווייס אויך נישט צופיל וועגען איהם, עס קרוסירן מעשיות וועגען זיין ציון

ער ליגט אין סטעטען איילענד, פון זיין מציבה זעהט נישט אויס אז ער איז געווען א רב אדער עפעס ער איז זיכער געווען א וואוילע איד
ער ליגט צוזאמען מיט זיין ווייב און די מציבה איז געשריבן אויף לשון קודש און אויך ענגליש עס הייבט זיך אן our beloved father
זיין יארצייט איז י"ב אייר

ווער עס ווייסט עפעס מער וועגען איהם איז מכובד צוציענדיגן דעם אשכול

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 9:18 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
וואס האט ער געטוהן פאר פרנסה?

Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 10:57 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שמעתי אז אין די מאמענט איז ער געוועהן באשריבן

קען איינער עס אפיר ברענגן ביטע

Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 1:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון הירשל ציג׳ס בלאג, שרייבט איינער ׳לוי יצחק׳


לוי יצחקThursday, May 04, 2017 11:57:00 AM

!אשרי מי שחלם שראה פניו

די וועלט פארט ווי אויף א ראולערקאוסטער, מ'קען עס גארנישט נאכלויפן, ווי שנעל זאכן לויפן.

מ'האלט מיר ביי א תקופה וואס יעדע ריר איז א סגולה, אלעס ארבעט מיט סגולות און ישועות, און זאכן פארן ארויס פון קאנטראל אן איינער זאל עס קענען קאנטראלירן בכלל.

האלט מיר יעצט ביי א נייע תקופה, און ס'איז כדי אז מ'זאל מיטהאלטן ווי אזוי זאכן געשעען. אט הערט.

א איד האט גע'חלומ'ט, אז ר' ישעי'לע זאגט איהם, אז טאמער קען ער נישט פארן קיין קערעסטיר, זאל ער פארן צו זיין ברודער'ס ציון וואס ליגט אין סטעטן איילענד...

אנשטאט דער איד זאל זיך אויפוועקן, זאגן מודה אני ווי א איד, און גיין דאווענען, און אנגיין מיטן טאג געהעריג, האט ער מחליט געווען צו ווערן א בעל החלומות, רבי ישעי'לע איז גאר געקומען צו איהם אין חלום, און מאכט א וועזן פון דעם גאנצן חלום.

אויך קול מבשר איז דא אן אינטערוויו מיט דער ערשטער וואס ברעכט די נייעס אז ס'געווען אזא חלום, דערנאך אן אינטערוויו מיט איינער וואס האט שוין גערעדט מיטן בית החיים אז ס'גייט קומען א גרויסער עולם ווייל... איינער האט גע'לומ'ט... און דערנאך אן אינטערוויו מיט נאך איינעם וואו פונקטליך ער ליגט.

דער אינטערוויוער מאכט אויך א היקש און א גזירה שוה צוזאמען, אז די אידן אין ארץ ישראל וואס קענען ליידער נישט פארן קערעסטיר צוליב א סבה (נישט קיין געלט סיבות שטייצעך...), און ווי אויך קענען זיי פונקט נישט פארן קיין אמעריקא צו ר' ישעי'לע'ס ברודער וואס יענער האט גע'חלומ'ט, זענען זיי נאכאלס נישט פארפאלן.

ר' ישעי'לע האט א שוועסטער אויפן הר הזיתים אויך... ווער ס'דארף פונקטליכע דיירעקשענס, זאל מאכן א שאלת חלום..

מ'טאר נישט לאכן, ס'גייט ווערן א גרויסע געפארעכץ, און ס'א שאד זיך נישט מיטצוכאפן און זיין א חלק פון היסטאריע... מ'ועט קענען דערציילן די אייניקלעך אין יארן ארום אז איך געדענק נאך ווען מ'האט געדארפט זוכן מנין ביי ר' ישעי'לע'ס ברודער און שוועסטער...

פועל'טס אלעס גוטס




Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 1:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
\\\

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 1:34 am
דורך שמעון וואלף

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 8:44 am
דורך געוואלדיג
יארן ארום וועלן חסידי מהר״א פארן צו מהרז״ל׳ס ציון אלצן רבי׳נס ברודער...

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 10:03 am
דורך רויטע וואנצעס
וועט זיין צו עסן ביים ברודער אויך?

די מציבה

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 10:45 am
דורך מיש-נייעס
א בילד פון די מציבה

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 12:06 pm
דורך מיש-נייעס
די מציבה פון איינע פון זיינע קינדער

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 12:07 pm
דורך מיש-נייעס
נאך א מציבה פון א קינד זיינער

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 2:43 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:יארן ארום וועלן חסידי מהר״א פארן צו מהרז״ל׳ס ציון אלצן רבי׳נס ברודער...

א טייל פון זיי וואלטן שוין געוואלט יעצט פאהרן... :lol: :roll:

נ.ב.: איך מיין עס נישט ערנסט, ח"ו. ס'איז נאר א גוט ווערטל. האביך נישט געקענט גובר זיין מיין יצר עס ארויסצושרייבן... :lol:

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 4:24 pm
דורך איש את רעהו
ס'נישט קיין ווערטל @אבטולמוס
איך הער אז מענטשן ווילן עס איינטוישן

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: יא. ס'איז דא געוויסע אנשטעקיגע (מענטל) מחלות וואס דרייען זיך צווישן אונז אידן. כ'ווייס נישט אויב ס'איז גענעטיש אדער עפעס אנדערש. אבער איך האלט אז דור ישרים זאלל אנהייבן טעסטן פאר דעם. ס'פאדערט זיך אפילו נישט קיין בלוט טעסט דאס פעסטצושטעללן...!

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 11:23 pm
דורך איסר האטלקי
הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 11:25 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב עס שוין אריינגעשיקט צו לוח הציבור

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 2:03 am
דורך שושן פורים
איסר האטלקי האט געשריבן:הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...

אינטערעסאנט, דער רוזינער פלעגט מיר קומען יעדע יאר אין חלום 2 וואכן פאר פסח שני אז איך זאל גיין פועלן ישועות ביי זיין אייניקל דער סבא קדישא פון פאשקאן, היי יאר איז ער נישט געקומען, נישט וואוסענדיג פארוואס האב איך זיך נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן אז דער שרף איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 10:37 am
דורך אברך משי
ווי עס קומט אפיר פון די בילדער דא איז דא א גאנצע משפחה פון די שטיינער'ס. איינער ווייסט ווער זיי זענען? האט מען געמאכט קאנטאקט מיט זייערע קינדער און אייניקלעך צו קענען דערשנאפען ווער ס'איז געווען די זיידע באבע?
ערנסט גערעדט איינער ווייסט עפעס פרטים איבער זיי?

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 10:57 am
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:הגה"ק מוהרנ"צ מבאבוב איז מיר געקומען אין חלום אז אויב קען איך נישט קומען צו אים אויף ל"ג בעומר כנהוג, האט ער א ברודער אין בארא פארק צו וועמען איך קען מיך ווענדן...


רויטע וואנצעס האט געשריבן:וועט זיין צו עסן ביים ברודער אויך?


שוואכע טשענסעס

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 11:39 am
דורך [NAMELESS]
ס'גייט זיין צוגעשטעלט באסעס יעדן ליל שישי פון מאנסי ב"פ און ווילי (פאר בלומינגבערג וועט קומען אן עקסטערע הודעה, פאלגט נאך..) פאר א מינימאלן אפצאל ממש נאר צו דעקן די קאסטן פאר די מחיצות מיט די קאוקאו, די סדר התהילים וועט מען פארטיילן אויפן באס אויך טישוס וועט זיין עוועילעבל כפי הצורך. מ'האפט אז בקרוב וועט שוין זיין אויפגעשטעלט דעם גרויסן שאטער ביים אריינגאנג צום ביה"ח צו קענען צושטעלן ביד רחבה מאכלי ליל שישי ברוב עם הדרת מלך. פושקעס און צדקה אקציעס וכדו' אויפ'ן לינקע זייט ביים אריינגאנג צום שאטער. ביטע אויספאלגן די הוראות ואזהרות פון די סדרנים, געדענקט 'דינא דמלכותא דינא'!

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 2:20 pm
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:ס'גייט זיין צוגעשטעלט באסעס יעדן ליל שישי פון מאנסי ב"פ און ווילי (פאר בלומינגבערג וועט קומען אן עקסטערע הודעה, פאלגט נאך..) פאר א מינימאלן אפצאל ממש נאר צו דעקן די קאסטן פאר די מחיצות מיט די קאוקאו, די סדר התהילים וועט מען פארטיילן אויפן באס אויך טישוס וועט זיין עוועילעבל כפי הצורך. מ'האפט אז בקרוב וועט שוין זיין אויפגעשטעלט דעם גרויסן שאטער ביים אריינגאנג צום ביה"ח צו קענען צושטעלן ביד רחבה מאכלי ליל שישי ברוב עם הדרת מלך. פושקעס און צדקה אקציעס וכדו' אויפ'ן לינקע זייט ביים אריינגאנג צום שאטער. ביטע אויספאלגן די הוראות ואזהרות פון די סדרנים, געדענקט 'דינא דמלכותא דינא'!

דער ברודער פון וועמען איך האב גערעדט לעבט נאך...

Re: ר' יהודה צבי שטיינער ברודער פון ר' ישעי'לע קערעסטירער

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 4:28 pm
דורך קלוגע יודל
היינט איז די יארצייט.

איך האב געמיינט אז היינט גייט זיין א תיקון כדבעי': 7 סארטן הערינג, ראפאגאש, געפילטע מיט חריין, ראגאלעך, טשיז דעלקעליך, קליינע ראללס מיט לאקס/טונא/ אייער דערויף, איזרעלי קאוק, אראנדז זשוס, אייסד קאפי, אייער קיכלעך, אלע ערליי סארטן דיפס, בילקעליך פאר ווער עס וויל זיך וואשן, ועוד רבות כהנה.

ווייל דאס האט רבי ישעי'לע געוואלט, און נאר דאס האט די באשעפער ליב: לאכילה גסה ולא לשובע.......

מיט א פרישע חידוש פון 2017: קליינע פּערזענליכע טשיז קעיק, ווייל די אונגערישער רעבתנים וואס ווילן ארויסגעבן ווי מער געלט לכבוד רבי ישעי'לע, האבן מחליט געוועהן אז רבי ישעי'לע האט ליב געהאט צו געבן פערסענאל טשיז קעיקס.

(הבהרה: איך שרייב נישט דא חוזק צו מאכן פון קיין שום צדיק חלילה, אדער פון א געוויסע קרייז פון יודן. איך פראביר נאר חוזק צו מאכן פון אפאר יודן וואס זענען נישט יורד לסוף דעתו של צדיק, און מיינען אז צדיקים טוהן מעשים לויט די בעלבעטישע השגות פון די פאר יודן)

די מציבה פון ר' ישעי'לעס שוועסטער

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 11:22 pm
דורך מיש-נייעס
עס זענען דא וואס טענה'ן אז דאס איז די מציבה פון ר' ישעי'לעס שוועסטער, עס שטייט שרה פייע ב"ר משה ז"ל
איך ווייס נישט קיין מקור, און אויף די וועב זייטל פון הר הזיתים שטייט שרה פייע לא ידוע