בלאט 1 פון 1
וויליאמסבורגער קול קורא פארדאמט אלע חרדישע צייטונגען
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:36 pm
דורך ידען
נאך די הצלחה וואס די עסקנים רעדן זיך איין אז זיי האבן געהאט האבעך היינט געזעהן א נייע קול קורא וואס אסרט אלע צייטונגען, אפי׳ די כשרע.
K.JPG
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב הנאה אז ר' מרדכי נתן פריעזעל מנהל ת"ת סקווירא און ר' משה אהרן דייטש מנהל ת"ת קלויזנבורג רופט דעם בעל דברי יואל "רביה"ק מסאטמאר זי"ע". שיין דערלעבט!!!
אויך אינטערסאנט צו וויסן פארוואס זיי "קענען נישט פארלאנגען די געשעפטען נישט אריינצונעמען".......
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:49 pm
דורך נח געציל
גארנישט ראנג מיט מנהלי ישיבות צו 'בעטן' עלטערן זאלן נישט 'געבן' פאר די קינדער קיין צייטונגען צו ליינען. ס'איז א שאד אנצופילן יונגע קעפ מיט שטותים.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
ווי שוין ארויסגעברענגט אין פריערדיגע אשכולות, איז שוין צייט אז פאר יעדן איסור זאל מיטקומען אויך עפעס א היתר אדער א אויסוועג.
אז עס געפעלט דיר נישט די צייטונג, גיב ארויס א בעסערס, און דאן פארלאנג מען זאל יענץ קויפן.
אסר'ן האט אויך א שיעור. מ'קען פלאצן.
אפילו די הייליגע תורה, יעדע זאך וואס איז גע'אסר'ט איז דא עפעס א היתר כנגדו, ווי רש"י ברענגט פר' כי תצא. ולא תהא כהנת כפונדקית.
אוי, אנחנו מחמירים בני מחמירים, ואין לנו על מי להשען.......
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:16 pm
דורך זר זהב
איך זעה נישטא אן איסור, און גערעכט זענען זיי אזוי ווי נח געציל שרייבט שוין.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:03 am
דורך יאסל
נאר מיך שיינט דער בריוול צו זיין די ארבעט פון א געזונטן לץ אויף דעם חשבון פון די מנהלי המוסדות?
און יאנקל'ס ליסטע פון די פראבלעמען מיט דער קול קורא איז נאר א באשטעטיגונג צו מיינע פארדאכטן...
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:19 am
דורך zurich
10 4 ענדליך האבן זיי זיך שוין אויסגעלערנט,אויב אסערן אסערט מען אלעס ווייל די בלאט איז נאך סאך ערגער ווי די געזוירופענע טריפנה שטערן! און יא מען מעג בעטן טאטעס זיי זאלן נישט לאזן די קינדער ליינען די אלע צייטונגען,און איך פארשטיי עס אויך,
אבער גיין משוגה מאכן און סטראשענען די שטערן וואט די העק!! ווילסט עס נישט קויפן קויף עס נישט וואס מאכסטו משוגא די מענטשהייט,ס'גייען שוין פאר פאר א יאר צייט די פריימעריס און די שטערן האט נישט געשריבן קיין ווארט פון דעים,אבער קול מבשר מעג די בלאט מעג די איד מעג ,אבער די שטערן טאר נישט!!!
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:12 am
דורך קרעקער
יא סאיז טאקע געשריבען געווארען דורך א לץ
איינס פין די אינטערגעשריבענע מנהלים זאגט מיר אז סיז די זעלבע אמת זיין תחימה ווי אויף די איסיר קעגען די שטערען
ביידע מאל האט (עפעס א לץ) גענימען זיין חתימה אן זיין רשות
די פראבלעם איז אבער אז די ליצים זייען אן א חורבען
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:50 am
דורך קלאר
יאסל האט געשריבן:נאר מיך שיינט דער בריוול צו זיין די ארבעט פון א געזונטן לץ אויף דעם חשבון פון די מנהלי המוסדות?
און יאנקל'ס ליסטע פון די פראבלעמען מיט דער קול קורא איז נאר א באשטעטיגונג צו מיינע פארדאכטן...
זענען געווען מענטשן וואס האבען געהאלטן אז דאס איז א עכטע בריוו?
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 5:04 pm
דורך קרעקער
מיין שואגער זאגט מיר אז סהענגט אין שטאט אין שולן
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:37 am
דורך הדד בן בדד
דער קול קורא איז שקר וכזב, אן קיין ספק. איינער פון די מנהלים וואס איז דא גע'חתמ'עט איז שוין לאנג נישט קיין מנהל אין יענעם תלמוד תורה (אין קיין אנדערע אויך נישט).
נאר וואס דען? גארנישט. אזא פנים האבן אלע קול קורא'ס. (אקעי, נאר 99 פון הונדערט)