בלאט 1 פון 1

מיין היסטאריע אויף היימישע קרעטשמע

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 4:16 pm
דורך הוגה
[justify]איך בין שוין אן אלטגעזעסנע אויפן אינטערנעט, לאנג פאר פעיסבוק, דזשימעיל אדער אפילו די בלעקבערי האבן עקזיסטירט. איך האב נאך געליינט ארטיקלן אויף די אינטערנעט וויאזוי זיך צו באשוצן פון די Y2K באג. פון ווען איך האב געטראפן די אינטערנעט האב איך אלעמאל געטראפן פארומס און בלאגס צו שרייבן און שמועסן. איך האב געהאט א ניק, אדער ריכטיג געזאגט דריי ניקס אויף היימישע קרעטשמע. מיין ערשטע ניק איז געווען ווען עס איז נאך געווען אויף היידפארק, ערשט אונטער היימישע שטותים און שפעטער אלץ א געהעריגע בלאג/פורום פאר חסידישע אידן צו שמועסן אפן איבער אלעם און אלעמען, כמעט בלי גבול.

שפעטער ווען היימישע קרעטשמע האט זיך אריבערגעצויגן צו איר ערשטע היים האב איך געעפענט א נייע ניק מיט וועלכע איך האב געשריבן טויזנטע תגובות (א גרויסע טייל פון זיי שטותים והבלים). שפעטער ווען איך האב זיך אנגעהויבן צו באקענען פערזענליך מיט חברי הקרעטשמע האב איך געמיינט אז איך גיי מיך אמאל שעמען מיט וואס איך האב געשריבן (איך שעם זיך למעשה נישט), האב איך געעפענט א דריטע ניק אונטער וועלכע איך האב געשריבן עטוואס מער געמאסטן. אלע דריי ניקס זענען בשעתם געווען שטארק פאפולער.

מיט די צייט איז די קרעטשמע פארוואנדלט געווארן אין אן אייוועלט און האט אנגעהויבן צו ווערן מער און מער רעכטס. איך האב געהאט אפגעשריבן א לאנגע קינה ווען די קרעטשמע האט זיך געגרייט צו אריבערציען צו איר היינטיגע וואוינארט און געווארן אייוועלט. אין די קינה האב איך פאראויס-געזאגט אז ס'גייט געשעהן וואס עס איז געשעהן. צבועים האבן ארויסגעשפראצט רעכטס און לינקס, פרובירנדיג איבערצושטייגן איינער דעם אנדערן מיט מחאות, קריטיק און פרומענישן. מיינע לעצטע פאר תגובות זענען אין די מוזיק אפטיילונג, א היציגע דעבאטע איבער די חורבנות וואס די היינטיגע מוזיק און די היינטיגע זינגערס זייען נעבעך אן לעול"ע היל"ת רח"ל. די חברה האבן געמאכט פארגיין מיין אפעטיט פון פארוויילן דארט און איך האב מיך אפגעפעקלט. איך האב אסאך צייט פארברענגט דארט, בייטאג און ביינאכט, אבער עס איז געווען זייער איינגענעם און איך האב מיך דארט באקענט מיט פיינע מענטשן.

עס זענען געווען צוויי ניקס מיט וועם איך האב ספעציעל הנאה געהאט צו פארברענגן, איזאק און בני היכלא. איך האב מיך קיינמאל נישט באקענט מיט זיי פערזענליך און זיי האבן ביידע פארלאזט די קרעטשמע פון איין טאג צום צווייטע (נישט די זעלבע צייט). פון צייט צו צייט דערמאן איך מיך פון יענע טעג און איך וואונדער מיר וואס איז למעשה געשעהן מיט מיין פריינט בני היכלא, און וואס טוט איזאק היינט. זיי האבן ביידע געשיינט צו זיין - פונקט ווי מיר - קאכעדיגע נשמות וואס זוכן עפעס טיפערס, אדער עפעס מיט וואס צו ערפילן די טיפע abyss. איך וואונדער מיך אויב מיר האבן אמאל אריינגעבאמפט איינער אינעם אנדערע. זענען זיי - פונקט ווי מיר - עווענטואל אנגעקומען דא אין שטיבל?

אונטערשטע שורה, איך האב גוטע געשמאקע זכרונות פון יענע טעג/נעכט. איך נעם פון צייט צו צייט ארויס מיינע ארטיקלן וואס איך האב דארט געשריבן און ליין זיי מיט נאסטאלגיע. יא, איך בין געווען דעמאלטס אין א טאטאל אנדערע פלאץ ווי איך בין היינט, דאך איז עס אן אינטעגראלע טייל פון מיין journey. אן היימישע קרעטשמע וואלט איך נישט געווען וואו איך בין היינט.

להוי ידוע, דאס איז נישט קיין גילוי אשכול. מיין כוונה איז נישט אז א יעדער זאל זיך אידענטיפיצירן און/אדער אנטפלעקן זייער געוועזענע ניק אין היימישע קרעטשמע/אייוועלט.


.[/justify]