בלאט 1 פון 1

אידן אטעמען אפ - נייע פרעזידענט אין פראנקרייך

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 6:49 pm
דורך מיש-נייעס
אידן איבער די וועלט האבן מיט זארג נאכגעפאלגט די וואלן אין פראנקרייך, צווישן דעם נאצינאליסטישע רעכטע קאנדידאטור לע פען, און דער סאציאלערער עמנואל מעקראן.

לע פען איז באקאנט מיט איר שארף רעכטע נויגונגן, און אירע אנטי אסטעבלישמענט אנשטויאינגן, גייענדיג אין די וועגן פון איר פאטער דזשאן מעריא לע-פען, וואס האט אין די פארגאנגענהייט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע סטעטמענט'ס, צווישן זיי אזעלכע סטעטמענט'ס וואס טוען אראפשפילן די ליידן פון אידין ביי די האלאקאסט, ווי אויך האט ער אויסגעלויבט די פירער פון די - נאצי געשטיצטע - ווישי רעגירונג, זיין טאכטער האט זיך דעמאלטס אפגעזאגט פון איר פאזיציע אלס פארטיי פארזיצערין,זאגענדיג אז איר פאטער גייט קעגן די פארשריפטן פון די פארטיי.

מיט דעם אלעם איז זי געווען שטארק רעכט גענויגט, ווי צווישן אנדערע האט זי געוואלט פארבאטן צו טראגן אין די עפענטליקייט יעדע רעליגיעזע קאפ צודעק ווי די מיסלעמענער הידזשעב אין צוגלייך צום להבדיל דאס אידישע קאפל, ווי אויך האט זי צוגעזאגט אז אויף זי געווינט די וואלן וועט זי ארויפלייגן א פארבאט אויף שחיטה, היל"ת.

דער 37 יעריגער עמנואל מאקראן וואס ווערט פארעכענט ווי מער א מעסיגע פירער און האט סימפאטיע צו אידן, איז ארויסגעקומען דער געווינער אין די יעצטיגע וואלן פארמעסט, ווי ער וועט דינען אלס יונגסטער פרעזידענט פון פראנקרייך.

עס איז צום האפן אז די אויסגאנג פון די וואלן וועלן צוריקברענגן די רואיגקייט פון אידן אין פראנקרייך.

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 7:03 pm
דורך קאווע טרינקער
גאט האט ליב צו געבן אונז דעם גלות טעם, דווקא ווען מ'אטעמ'ט אפ. נישט אונטער אבאמא, נאר אונטער טראמפ און מעקראון.
וואס קען ער טוהן, אז אונז אינטערסירט נישט אהיים צו גיין צו זיין הויז?

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 7:12 pm
דורך ליפא
מאקראון איז 39. זיין ווייב איז 64

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
די אנדערע מחותנת'טע, מארין לע-פען האט אויכעט חתונה געהאט צו א מאן וואס איז יונגער פון איהר מיט 25 יאהר. זי איז געווען זיין טיטשער/פראפעסאר. און ער איהר סטודענט. און אט אזוי איז געווארן דער שידוך...!

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:12 pm
דורך ליפא
כ'מיין דו מישט אויס מיט מאקראון. מקראון האט חתונה געהאט מיט זיין טיטשער

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:מאקראון איז 39. זיין ווייב איז 64

א עכטע גוי!

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:כ'מיין דו מישט אויס מיט מאקראון. מקראון האט חתונה געהאט מיט זיין טיטשער

ניין: לע-פען אויכעט...כך שמעתי בחדשות...! ביי די משוגעים אין פראנקרייך קענסטו גארנישט וויסן...!

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 9:27 pm
דורך מבקר
berlbalaguleh האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:כ'מיין דו מישט אויס מיט מאקראון. מקראון האט חתונה געהאט מיט זיין טיטשער

ניין: לע-פען אויכעט...כך שמעתי בחדשות...! ביי די משוגעים אין פראנקרייך קענסטו גארנישט וויסן...!

זי איז איין יאר עלטער פון איר ציווילע פארטנער

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 2:37 am
דורך וחלופיהן
נאר א שאד וואס אידן האבן נישט געקענט אזוי אפאטעמען נאך די וואלן אין אמעריקע ווען די אפאטעמערס האבן אליין געוועלט "דעם נאצינאליסטישע רעכטע קאנדידאטור" ווער איז "באקאנט מיט (איר) [זיין] שארף רעכטע נויגונגן, און (אירע) [זיינע] אנטי אסטעבלישמענט אנשטויאינגן.