בלאט 1 פון 1

דארפן מיר פירן א רוגזה מיט קריסטען און דייטשען?

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 12:45 pm
דורך קריינא דאיגרתא
אין זיין וועכענטליכע שיעור פון היינט האט הרב יואל אשר לאבין געשמועסט וועגן די באזוך אין וואטיקאן ביים פויפסט. ער טענה'ט אז אידין האבן א חשבון מיט די קריסטן פאר אלע צרות און השמדות וואס זיי האבן אונז אויסגעטיילט אין די אלע יארן און דערפאר טאר מען נישט זיין צו פריינטליך מיט זיי.

איז עס טאקע אוזי? וואס האבן די היינטיגע קריסטען מיט די אמאליגע? זייער גאנצע השקפה און רעליגיע איז אנדערש. ס'האט זיך געטוישט מהיפך להיפך. ווייל זייער עלטער עלטער עלטער עלטער זיידע האט געטוהן געפערליכע זאכן דארף מען ווייטע רהאלטן א רוגזה?

די זעלבע מיט די דייטשען. דארף מען היינט האלטען א רוגזה מיט דייטשען וועגן וואס זייערע זיידעס האבן געטוהן 75 יאהר צוריק?