קורקלענד האט געשריבן:די רעפובליקאנער זענען מיט איהם קיינמאל נישט געווען. פארוואס ער איז מיט זיי יא געווען פארשטיי איך נישט.
למשל: ער האט זיך זייער שטארק ארויס געשטעלט פאר פאול רייען'ס רייענקעיר. פארוואס ער איז געגאנגען אין פייער פאר יענע בילל ווייס איך נישט.
די רעפובליקאנער זענען מיט איהם קיינמאל נישט געווען?.
די ריפובליקאנער זענען קיינמאל נישט געוועהן מיט טראמפ???
זיי זענען ״נאכאלץ״ מיט טראמפ! נאכדעם וואס ער אליינס האט מודה געוועהן אין "אבסטרוקשע״ן א״ף דזשוסטי״ס״ אויף לייוו טיווי...!!!
יישר כח פארן זיין א
״לעבעדיגע עדות״ פאר אלע ק״ש ליינער די באדייט פון ״א ריפובליקאנער״ .
ווען איך זאל ווען האבן צייט און געדולד וואלט איך צאם גענומען אלע דיינע
״אפענע גראבע שקרים״ וואס יעדער חדר-יונגל קען דיך אפפרעגן.
איך געדענק נישט אלע דיינע גראבע שקרים אויף די מינוט ווייל אי אפשר לפרטם כי רבים הם...
אבער אפאר פון זיי ליגן מיר אויפן קאפ:
1)הערשט נעכטן האסטו געוואלט פארדרייען א קאפ אז ווען אמעריקא איז געוועהן נומבער איינס אויף די וועלט האט זי נישט געהאט קיין סאציאליע פראגרעמס, ווען דערווייל איז אקאורט פונקט פארקערט, ווען אמעריקע האט נישט געהאט קיין סאציאלע פראגראמען זענען זיי געוועהן אין די דיפרעסיע, ווען די דעמאקראטן און רוזעוועלד האבן איינגעפירט די "New Deal" האט אמעריקא אנגעפאנגען צו בליען, ביז רעיגען׳ס צייטן ווען די ריפובליקאנער האבן צוריקגעדרייט די זייגער, און צוביסלעך מעהר און מעהר געשניטן די פראצענטן טעקסעס וואס די רייכע דארפן באצאלן.
2)אז די מינימום וועידש אפעקט נישט נאר א קליינע מינארטי אין אמעריקא, ווען למעשה אפעקט עס כמעט צוויי הונדרעט מיליאן מענטשען, ווי איך האב דיר שוין מסביר געוועהן.
3)אז ביל געיטס מיט ווארען בופעט זענען ממש רוצחים!-אן א פארוואס, אן א פארווען...
4)אז דאנאלד טראמפ איז א ערליכע ביזנעסמאן, ווען יעדער ווייסט אז ער איז א קרוק (פון קורקלענד אדער קרוקלענד?) טראמפ יונעווערסטי יוכיח און נאך צענדליגער אפענע גניבות.
5)אז די ריפובליקאנער זענען קיינמאל נישט געוועהן מיט טראמפ! אזוי גאר???
6)איז סאיז דא פונקט אזויפיל באווייזן אז אבאמא האט אינטערגעהערט טראמפ, ווי טראמפ האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד
7)אז טראמפ איז נישט אינטער אינוועסטיגאציע
8)אז טראמפ האט נישט געקענט נעמען קיין ״דראסטישע שריט״ אין די ערשטע הונדרעט טעג פארדעם האט ער נישט געפייערט קאומי
9)די דעמקראטן האבן בלעיקמעילט טראמפ
10)אז קושנער איז א לינקער (זייט ווען?)
11)אז דעמקראטן שטייגן יעדעם איבער מיט קאראפציע
12)אז איין קלינטאן שטייגט איבער אלע קאראפציעס פון אלע ריפובליקאנער
13)אז סאושליסט לענדער האט ״נישט״ די העכסטע סטאנדארט אף ליווינג און אז די ״קוואלטי אף לייף״ אין יענע לענדער
איז נישט בעסער ווי אמעריקע, בשעת יעדע אנאליז ווייזט קלארע ״דאטא״ פארקערט, אז א עוורידזש בירגער אין יענע לענדער איז מעהר צופרידן און העפי ווי אין אמעריקע, און אז זיי שטייגן אונז איבער היינט צוטאגס אין יעדע הינזיכט און אין יעדע עספעקט, אדרבה זאל יעדער אליינס מאכן זייערע ריסערוטש און זעהן פאר זיך אליינס אויף וואס סאיז געבעיסט, פאקס ניוס פרעגט עס אפ??? אויך נישט...
דאס זענען אלע ריפובליקאנער א באנדע היפאקריטן און אפענע ליגענערס אזויווי טראמפ אליינס, זיי מיינען אז יעדער אז א פלעינע בהמה! געיס וואט? נישט מיך! מיר קענסטו נישט פארקויפן די לאקשן...
קיפ איט אופ! גיי ווייטער אן! שפארסט מיר אסאך ארבעט! האק ליגענט און שטותים וויפל ס׳גייט, גאנצל מיט ליפא גייען דיך לייקן אוטאמטיש און יעדער חדר יונגל קען נאכדעם גיין צו ״וויקיפידיע״ און זעהן דעם אמת... און אויב פרעגט מען דיך אפ זאג זיי ״פעיק ניוס״ און שלום על ישראל...
חזק ואמץ! גיי ווייטער אן מיט דיינע ״פעיק ניוס״... דער עיקר איז אז דער נעשיכיזער האט געגעסן ראשינקעס מיט מאנדלען כיודע לכל..