בלאט 1 פון 1

יואלי לעבאוויטש מיט א כופר און אטעאיסט..

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:37 am
דורך וועפערייזער
נישט אז כ'האב א פראבלעם דערמיט . ס'איז נאר סתם אינטרעסאנט אנצוצייכענען אז דער וואס האט געמאכט די גראמען פאר די נאר אידיש-ניגון פון יואלי לעבאוויטש'נס נייע סידי 'פעסטערייזזד' איז דער צום אלעמען באקאנטן אטעאיסט 'שאולי גראססמאן'.. ס'איז גראדע א קאפשטיק פון א גראם. פארט איז אבער אינטערעסאנט צו הערן וואס דער'עולם האט צוזאגן דערצו.
עס צו מאכן נאך מער אינטערעסאנט. ביניך נייגעריג. צו אויב האלטן מיר יעצט נאכן גרויסן איבערקערעניש וואס שאולי מיט פערי האבן געמאכט מיטן ארויסקומען בפרהסיה ביים 'ברייט געדעקטן' אינטערוויאו מיט דר. פיל. צו וואלט יואלי נאכאלץ איינגעשטעלט און גענוצט זיינע גראמען...?