בלאט 1 פון 1

פרישע (דערווייל קליינע) נסתר אנטדעקט אין אונזער בעקיארד

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
מיר ווייסן דאך אז בדורינו דור שפל ווען ס'איז ליידער נישטא קיין צדיקים האט די רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו אונז איבערגעלאזט כאטשיג זייערע הייליגע קברים וואו מען קען זיך אויסבעטן כל טיב וטוב אותות ומופתים מיט אלעם גוטען.

אויב ביז א פאר יאר צוריק האט מען געמיינט אז מען מוז דערפאר פארן אויף ווייטע שטרעקעס אין אויסלאנד האט מען אונז מזכה געווען דאהי אין אמעריקע צוביסלעך נענטער און נענטער קודם נסתרים אין באפעלא און נאכדעם ממש דא אין אונזער בעקיארד ציון קוה"ק מרן ציס"ע הנסתר ר' גדלי' יוסף בערנשטיין זצוקללה"ה זיעועכיאו"א עבגצבבאו"א.

אבער די זאך איז נאך ווייט פון פארטיג, רבותי! ווער עס האט נישט אריינגעכאפט צו בעטן ביי ר' גדלי' יוספ'ן קען נאך אריינכאפן די קומענדיגע מאנטאג אין וואשינגטאן סעמעטערי צו פועל'ן א ישועה (און פאר די מפיצים א רפואה) ביים נייעם נסתר!

דערווייל איז ער נאך א קליינע נסתר, אבער נישט געזארגט, ווי נאר די ישועות וועלן אנהויבן צו שפראצן וועט ער אי"ה ווערן אפגרעידעט צו א גרויסע נסתר.

כאפט אריין! נישט זיך שטופן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
ר' צבי איז געווען א צדיק וקדוש. און ניין, ער פלעגט נישט מאכן קיין פאקסן ביים דאווענען אדער טאנצן און שפרינגען. ער איז ס"ה געווען א ליטווישע איד א ת"ח און א רב פון א ביהמ"ד וואס ער האט געירש'נט פון זיין טאטע, און צו דעם איז ער אויך געווען א געוואלדיגע עניו ושפל ברך און זייער אן איידעלער איד און בעל מסי"נ. אויך האט ער עוסק געווען בקבלה. אבער די חברה וואס אדווערטייזען עם מיט'ן זייער פרישן לאוגאו ' צבי נסתר' מאכן עם צו שאנד און צו שפאט. און דאס איז פונקט פארקערט מיט וואס דער טייערע איד האט פארגעשטעלט מיט זיך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב ר' צבי נישט געקענט אבער לויט ווי כ'האב זיך נאכגעפרעגט איז בן אדם גערעכט (דאס ברענגט מיר א קושיא, הלמאי מען באגראבט אן ערליכן איד בשנת תשע"ו אין וואשינגטאן סעמעטערי ציווישן מחללי שבתות). אבער היינט איז אין סטייל אז יעדער וואוילער איד וואס ליגט אין וואשינגטאן סעמעטערי איז א "נסתר".

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:49 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב אים יא גיקענט און בן אדם איז 100 פראצענט גירעכט מיט יעדע ווארט.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:14 am
דורך וואלווי
ביטע דערמאנען ביים ציון אז איר האט געזען די עד אין קול ברמה

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:16 am
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:איך האב ר' צבי נישט געקענט אבער לויט ווי כ'האב זיך נאכגעפרעגט איז בן אדם גערעכט (דאס ברענגט מיר א קושיא, הלמאי מען באגראבט אן ערליכן איד בשנת תשע"ו אין וואשינגטאן סעמעטערי ציווישן מחללי שבתות). אבער היינט איז אין סטייל אז יעדער וואוילער איד וואס ליגט אין וואשינגטאן סעמעטערי איז א "נסתר".


דעס איז אייביג שייך ס'דא חלקות בתוך חלקות אזוי ווי אלע בתי חיים אין לאנג איילענד און ניו דזשערסי. די פרומע זענען אפגעטיילט פון די נישט פרומע.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:23 am
דורך [NAMELESS]
וואשינגטאן סעמעטערי קוקט מיר אבער נישט אויס צו זיין אזוי מסודר. דו ווייסט פון נאך אן ערליכע איד וואס מען האט נאך לעצטענס געלייגט דארטן?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:34 am
דורך וואלווי
די סעמעטערי איז באמת שוין אן אנגעפילטע סעמעטערי שוין צענדליגער יארן און וועגען דעם לייגט מען קיינעם נישט דארט. א גרויסע חלק זענען ערליכע יודען געווען פון די לעצטע הונדעט יאר. דרך אגב די סעמעטערי איז א מאל געווען אינדערויסן פון שטאט.

די לעצטע תקופה האט די סעמעטערי אראפ געצופט פון די דורך גאנג צווישן די קברים און די געיטס, אזוי אויך ביי די זייט פון די ראודס אןן אנגעפילט די איביריגע פלאץ מיט רוסישע עולים, רובם נישט פרומע.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 11:44 am
דורך איש חזון
ריכטיג האט געשריבן:מיר ווייסן דאך אז בדורינו דור שפל ווען ס'איז ליידער נישטא קיין צדיקים

צ''ע אויב כדי צו צולייגן זאפט צום ארטיקל מעג מען שרייבן דיזע זאץ וואס איז לפו''ר כפירה בדברי חז''ל.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 3:45 pm
דורך קאווע טרינקער
זיין ווייב וואלט מען שוין געדארפט באגראבען צענדליגע יארן צוריק.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ווייב וואלט מען שוין געדארפט באגראבען צענדליגע יארן צוריק.

איך מיין אז דו מישט אויס מיט אן אנדערע שטערן

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 7:10 pm
דורך קאווע טרינקער
בן אדם האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ווייב וואלט מען שוין געדארפט באגראבען צענדליגע יארן צוריק.

איך מיין אז דו מישט אויס מיט אן אנדערע שטערן

ניין. זיין ווייב איז כלה טיטשער וואס איז שולדיג אין אסאך חרבנות.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 7:23 pm
דורך איש את רעהו
איש חזון האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מיר ווייסן דאך אז בדורינו דור שפל ווען ס'איז ליידער נישטא קיין צדיקים

צ''ע אויב כדי צו צולייגן זאפט צום ארטיקל מעג מען שרייבן דיזע זאץ וואס איז לפו''ר כפירה בדברי חז''ל.


צדיקים פריוואט בינם לבין קונם שטייט

ווי שטייט אז די מפורסמים וועלן זיין עפעס מער ווי די אלגעמיינע עולם

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2017 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מיר ווייסן דאך אז בדורינו דור שפל ווען ס'איז ליידער נישטא קיין צדיקים

צ''ע אויב כדי צו צולייגן זאפט צום ארטיקל מעג מען שרייבן דיזע זאץ וואס איז לפו''ר כפירה בדברי חז''ל.

דער גאנצער ארטיקל איז פאראדיע.

Re: פרישע (דערווייל קליינע) נסתר אנטדעקט אין אונזער בעקיארד

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2017 10:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטייט אין אבן שלמה פון דער גר"א אז דאס וואס משיח דארף קומען נאך א געוויסע צאל דורות רעכענט נאר די דורות וואס האבען די ל"ו צדיקים, אבער נישט יעדער דור האט. איך מוז עס נאכזוכען פאר׳ן פונקטליכע לשון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: פרישע (דערווייל קליינע) נסתר אנטדעקט אין אונזער בעקיארד

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 1:39 am
דורך יהושע חיים
בילד

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 2:23 am
דורך berlbalaguleh
די שאלה איז, אז הרב רבי צבי שטערן ז"ל האט דאך געוואוינט אזויפיהל יארן צווישן דעם היימישן עולם אין בארא פארק. (איך האב איהם געקענט. געווען א שכן מיט איהם איין תקופה.) וויאזוי איז דאס אז ער איז נישט געווען פארבונדן מיט קיין שום חברא-קדישא פון די היימישע קהילות. די חלקה אין וואשינגטאן סעמעטערי האט נאך זיין טאטע מסתמא געקויפט מיט א סאך יארן צוריק ווען דער היימישער עולם איז נאכנישט געווען מיוסד דאהי.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 9:19 am
דורך [NAMELESS]
ב"ה שוין געווארן אפגרעיטעד, און מען קען שוין שרייבן "נסתר" מיט די זעלבע סייז אותיות ווי די נאמען.

און נאך א זאך: ווען מען האט נאכגעקוקט האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואונדערליכע! ער האט דעם זעלבן יארצייט ווי ר' שלמ'קה זוועהילער!

יעצט אז די גראפיקס איז שוין געמאכט קען מען שוין מסתמא נישט צולייגן, אבער איך וויל אז איבער'ס יאר זאל אויך שטיין אז עס איז די זעלבע יארצייט ווי די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף קרעטשניפער זי"ע, וואס היות ער איז דאך אוועק אין קריג און קיין מציבה איז ליידער נישטא, קען מען זיך כאטשיג אויסבעטן ביים נסתר!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 9:40 am
דורך לבי ובשרי
ריכטיג האט געשריבן:און נאך א זאך: ווען מען האט נאכגעקוקט האט זיך ארויסגעשטעלט דאס וואונדערליכע! ער האט דעם זעלבן יארצייט ווי ר' שלמ'קה זוועהילער!

נישטא נאך יארצייטן אין זעלבן יארצייט ווי ר' שלמ'קה זוועהילער?

מה הקשר?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 10:55 am
דורך איך אויך
ווייל ער גייט קומען אין חלום וכו. וואס פארשטייסטו נישט.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 11:06 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין ווייב וואלט מען שוין געדארפט באגראבען צענדליגע יארן צוריק.

דאס איז נישט געזאגט געווארן בלויז בתורת מליצה. נאר זי ווערט דערמאנט אין פסוק..."מכשפה לא תחיה"...!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:19 pm
דורך ונבנתה העיר
רייכמאן האט ארויס די זאך. נישט יעדער וואלט געכאפט אז מ'דארף שרייבן צבי נסתר, נישט ר' צבי נסתר.