בלאט 1 פון 65
א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחאה
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:50 pm
דורך איש את רעהו
אין א גרויסער סטעדיום וועט א' נשא פארקומען א גרויסער כינוס ווי אידן אין חו"ל וועלן צוהעלפן די קול מחאה ממשיך זיין קעגן די וואס ווילן פארשטיקן קולות המחאה נגד שלטון בארה"ק בגזירתם הנוראות.
אין דער בנין וועט עס פארקומען
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:55 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:57 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 9:12 pm
דורך איש את רעהו
ווערטער וועגן די שמד הגיוס געזאגט דורך מהר"א אין שאטען פינעם כינוס
אפדעיט
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 1:18 pm
דורך גאנצל
אפדעיט פונעם כנוס
היות די עסקנים זעהן איין אז ס'איז שווער אריין צו ברענגען אינעם צבור א רייץ זיך משתתף צו זיין ס'איז נישטא עפעס ווער ס'זאל מאכן עקסיידעט דעם עולם צו פארן
לייגן זיי עס ארויף אויף דעם אז קיין שום זקן הרבנים אדער עכט גרויסע רבי האט געגעבן זיין גרייטקייט צו השתתפוץ ווי למשל ר' מאטעלע וויזניצער וכדו'
ע"כ האבן זיי זיך געוואנדן צום סקולענע הויף אז דער סקולענע רבי זאל מאכן א אסיפת הרבנים און אלס דר"א צום רבי'ן וועלן אלע קומען וועט זיך אנהייבן א פארע
די סקולענע רבינ'ס קינדער האבן אבער געלאזט מעלדן בלא מילא עניני קדושה אבער ציונות איז נישט עפעס וואס דער סקולענע רבי איז אמאל געגאנגען צו אזא זאך און זיכער נישט עס אנצופירן
זענען געגאנגען די עסקנים און זיך געוואנדן צו זייערע פרענדס אין א"י אז מ'זאל זעין די עדה זאל שיקן א בריוו צום סקולענע רבי זאל מאכן די אסיפה
ועלתה בידם ס'דארף צו הייסן היינט א שטורמישע אסיפה בבית הצדיק התמים זקן הרבנים סקולענע רבי שליט"א צו זעין צו אויפשטורעמען דעם עולם צום כנוס
עצות אז דער עולם זאל וועלען קומען
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 1:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. טיילט'ס אומזיסטע עסען. מאכט'ס א הייסע באפעט מיט געשמאקע עסען און קאלטע טרינקען.
ב. ברענגט'ס א שיינעם זינגער צו האלטען דער עולם.
ג. שטעלט'ס אין דער מיט א וויכוח צווישען ר' אהרן און ר' זלמן לייב וועגען איינער פון די נושאים וואס ביידע פונקט האלטען זייער מיינונג און מ'זאל עס אויסשמועסען און דער עולם וועט פאטשען מיט די הענט.
ד. מאכט'ס א גורל צום סוף פאר יעדער איינער וואס האט זיך באטייליגט.
ה. מאכט'ס אן אפציע אז מ'זאל קענען באטייליגען דורך סקייפ פון דער היים.
ו. הענג ריזיגער צעטלעך אז נאר פארהייראטע מעגען באטייליגען.
ז. א בדחן קען שטארק ארויסהעלעפן.
ח. דרוק שוין מאמרים אין צייטונג וועגען דער געלונגענע אסיפה וואס איז געווען און אזוי דארף מען קיינעם נישט אנרייצען.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 4:54 pm
דורך שושן פורים
געהערט איבערגעבן אז אין די הויכע פענסטער פון מדינת ישראל גרייט מען זיך אויף דאאמס-דעי אויס זארג אז די גאנצע מדינה וועט אונטערגיין נאך די סטאדיום פארזאמלונג
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 6:17 pm
דורך איש את רעהו
חסידי מהר"א לייגן אינעם טעגליכער בלעטל מעלדונגען וועגן די כינוס
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 6:32 pm
דורך איש את רעהו
.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:00 pm
דורך איש את רעהו
ווייזער האט געשריבן:99% פראצענט ס׳ווערט אפגעשטופט.
לטובת באבוב 45
בני ישיבות
און פאר מער צייט.
מ׳גייט נישט פארקויפן קיין זיצן. און עס וועט אי״ה זיין א׳ שלח הבעל״ט אין א פיל גרעסער מקום אי״ה.
הגאון רבי אהרן שעכטער האט געבעטן מען זאל געבן מער צייט ביזן כינוס
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:44 pm
דורך פרייוויליג
כאב אייביג ליב דעם אויסדריק: "מען וועט נישט איינריען"! כאילו עס איז דא עפעס צו טון אויסער א פראטעסט. וואס נאך קען מען טון אויסער זיך אפווישן דעם נאז מיט סטיל וואל.
אויסער חסידי סאטמאר גייט זיין אנדערע הויפן? מה המשיגעת פון אזא מאסיווען סטעדיום?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען באשטיין אהינצוגיין פאר די ריכטיגע פרייז. קאנטאקט אין אישי. ( איך קען אויך אנטון א פלאטשיגס אדער א בעד-דאון לויט אייער באקוועמליכקייט נאר איר דארפט עס צושטעלן, אבער ס'זאל זיין א נייע און נישט קיין גענוצטער. איך וויל נישט האבן יענעמס עבירות).
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 1:21 am
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:איך קען באשטיין אהינצוגיין פאר די ריכטיגע פרייז. קאנטאקט אין אישי. ( איך קען אויך אנטון א פלאטשיגס אדער א בעד-דאון לויט אייער באקוועמליכקייט נאר איר דארפט עס צושטעלן, אבער ס'זאל זיין א נייע און נישט קיין גענוצטער. איך וויל נישט האבן יענעמס עבירות).
זיי נישט געזארגט. יודע צדיק נפש בהמתו, ס'דא גענוג קעלבלעך וואס זענען גרייט אהין צו גיין אומזוסט נאך צו גיין זייערע געטרייע פאסטעכער, ס'פעלט נישט אויס סתם א בן אדם.
אויב ביסט סתם אזוי נייגעריג ווי אזוי ס'גייט אויסזעהן האמיר דא אין שטיבל אפאר ניקס וואס וועלען אלעס מעלה גרה זיין.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 1:33 am
דורך שמעון וואלף
פרייוויליג האט געשריבן:כאב אייביג ליב דעם אויסדריק: "מען וועט נישט איינריען"! כאילו עס איז דא עפעס צו טון אויסער א פראטעסט. וואס נאך קען מען טון אויסער זיך אפווישן דעם נאז מיט סטיל וואל.
אויסער חסידי סאטמאר גייט זיין אנדערע הויפן? מה המשיגעת פון אזא מאסיווען סטעדיום?
אודאי איז דא נאך וואס מ'קען טון. די עדה האט שוין געסטראשעט די מדינה אז זיי וועלן זאגן פאר זייערע נאכפאלגער פון חו"ל א זיי זאלן נישט קומען קיין ארץ ישראל.
און לגבי די כינוס וויל איך פארשלאגן פאר די עסקנים א גוטע געדאנק צו שלעפן אן עולם. מ'זאל דעזיגנירן איין זייט פאר ארונים און די אנדערע פאר זלונים און ס'זאל ווערן אזא קאמפעטישאן ווער ס'קען צושטעלן מער פלייש
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:45 am
דורך געוואלדיג
פרייוויליג, דער סטעדיום איז גארנישט אזוי ״מאסיוו״ ניטאמאל קיין 19,000 זיץ פלעצער, מען וועט זיכער מאכן מיט af פראדאקשנס זאל קומען מסדר זיין אויף א אופן עס זאל אויסקוקן פול ושלום על ישראל.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 1:21 pm
דורך תנחום
די כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 5:00 pm
דורך לך לך
תנחום האט געשריבן:די כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
פארוואס?
וועגן די מאנטשעסטער אויפרייס ?
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 5:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ציונים האבען געבאמבעט מאנטשעסטער כדי אפצושטעלן דער 'הילכיגע קול מחאה', 'מסוף העולם ועד סופו'.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 8:14 pm
דורך איש את רעהו
תנחום האט געשריבן:די כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
2 וואכן
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 8:31 pm
דורך פליקער
לכאורה אפגעשטיפט געווארן צוליב וואס מען קען נישט באקומען די נויטיגע פערמיטן, וואס זאל אקאמעדירן די ערוואטעטע מאסן
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:30 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:די כינוס איז אפגעשטיפט געווארן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג...
2 וואכן
ס''וועט זיך העכער שרייען לכאורה!
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2017 10:45 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2017 11:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דארט טענה'ן זיי אז ס'איז נישט דא גענוג פלאץ אין א סטעדיום פון 19000 זיצען, און דא טענה'ט מען אז ס'איז נישט דא גענוג מענטשען אנצופיהלען א קליינעם סטעדיום.
גיי ווייס