איבער די לעצטיגע רייבערייען אין שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16642
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19316 מאל

איבער די לעצטיגע רייבערייען אין שטיבל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די לעצטע שטיק צייט איז דער עולם עדות אויף א פארשלאפנקייט אין שטיבל, שוין נישטא די אמאליגע לעבהאפטיגע דיסקוסיעס מיט א רואיגקייט און א שמייכל, און מען קען נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, אזוי גייט עס, דור הולך ודור בא.

אבער מצד שני אין די לעצטע צייטן איז אויך נתרבה געווארן אסאך אומנויטיגע וויכוחים און רייבערייען צווישן די ניקס. אסאך פון די ניקס האלטן זיך פאר אומשולדיג, אנדערע קומען מיט טענות צו די הנהלה, מען שיקט אריין באריכטן מיט אישי'ס, אנדערע ווערן זייער באליידיגט אויב מען מעקט (אפילו בלויז א חלק פון) א תגובה, און עס איז שווער צו מסביר זיין יעדן איינעם די סיבות ביהיינד די החלטות, עד כדי כך אז כמה וכמה ניקס האבן ערנסט אן מאדנע איינרעדעניש כאילו די מנהלים נעמען א צד אין געוויסע מחלוקת אדער פאליטיק, צי אמעריקאנע צי חסידישע, ממש א חוכא וטלולא....

אינטרעסאנט, ווי די באבע פלעגט זאגן, ווי אזוי עס קאוועט זיך אזוי אידישט זיך אויף זייער וועלט. אין אייוועלט קומט לעצטנס פאר ממש די זעלבע סומאטוכע, מנהלים און אחראים מעקן אין גרויסן, ווייל דער עולם דארטן איז געפערליך צולאזט, זה בכה וזה בכה, איינער אין אמעריקאנע פאליטיק און איינער אין עניני ציונות, און דער עולם האט אנגעהויבן א שטיקעלע אויפשטאנד אקעגן די מנהלים וואס טוען זיך ככל העולה על רוחם. איז געקומען איינער פון די אחראים דארטן מיטן נאמען "געלעגער", און אפגעשריבן באריכות א שיינעם הסבר צו מסביר זיין בטוב טעם ודעת מה זה ועל מה זה, דער עולם זאל אביסל אינאכט נעמען וואס גייט פאר הונטער די קוליסן.

רוב פון זיינע דיבורים זענען שייך דא אויך, האב איך עס באשלאסן מעתיק צו זיין, און עס נוצן פאר אונז אויכעט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1442668

געלעגער האט געשריבן:פארגאנגענע וואך האב זיך געקאכט אביסל איבער די צענזור אויף אייוועלט. איך האב געוואלט אריינרעדן און מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל אז יעדער זאל פארשטיין וויאזוי באשלוסן ווערן אפגעמאכט, וואס די סיסטעם פון מעקן איז, ווען מעקט מען, ווען רוקט מען, וכו' וכו'.

איך שרייב פאראויס אז די שמועס דא גייט זיין זייער אפן און מעגליך אביסל ציפעדיג. ווער עס שפירט אז עס קען אים וויי טאן זאל ביטע נישט ליינען ווייטער, מ'גיימיר דא האבן אן "אפענעם" שמועס. און איך בין נישט דא זיך צו פארענטפערן אדער פארענטפערן איינע פון די הנהלה אדער סיי וועם און איך פלאן ניטאמאל צו ענטפערן אויף די פאללאו אפ שאלות. דאס איז נישט קיין פרעס קאנפערענץ נאר א פרעס סטעיטמענט.

יעדער וואס ליינט און שרייבט דא אויף אייוועלט ווייסט אז די פלאץ דא איז געצילט צו איין זאך און טאקע נאר איין זאך. א פלאץ צו פארברענגען אין אן היימישע 'געשמאקע' אטמאספערע צווישן היימישע אידן אויסגעהאלטן טויזענט פראצענט ע"פ תורה און ע"פ חוקי המדינה!

צו קענען זאגן 'מיר זענען אויסגעהאלטן ע"פ תורה' און אראפשטעלן די גיידס פון 'ע"פ תורה' איז נישט קיין גרויסע טשעלענדזש. מיר אלע ווייסן וואס די תורה לאזט און וואס נישט. לשה"ר, רכילות, הלבנות פנים, שמירת עינים, וכו' דאס זענען אלעס פשוטע זאכן וואס די תקנות וואס מיר האבן זענען אלעס געבויט אויף דעם און פון דעם וועלן מיר זיך נישט רירן! און געווענליך א תגובה וואס האט א שמץ פון איינע פון די זאכן וועלן תיכף געמעקט ווערן און אויב דארף מען צופיל מעקן פונעם זעלבן ניק איינע פון די קאטעגאריעס וועט ער קריגן א חסימה טובה! זיין פלאץ איז נישט דא און מיר קענען אים נישט לאזן שרייבן און טראגן די אחריות. און די זעלבע איז מיט דיני דמלכותא, שטעלן לינקס צו פיירעסי, שטעלן אדער פארלאנגען גע'גנב'טע סחורה, שטעלן לינקס צו אוימאויסגעהאלטענע סייטס, די אלע זאכן ווערן געמעקט תיכף אן קיין בלינק!

פארשטייט זיך אז צו די יסוד איז מיט די צייט צוגעקומען גדרים וואס די הנהלה האט געזען אז מ'מוז גודר זיין כדי נישט צו צוקומען צו איינע פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. אין דעם גייט אריין דאס שטעלן בילדער פון לעבעדיגע רבנים וואס די היסטארי האט געוויזן אז דאס ברענגט געווענליך א פלייץ פון אלע סארט תגובות וואס קען זיך גרעניצן מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען. האט מען געמאכט די תקנה אז דאס אויך נישט. לינקס צו יו טוב איז אויך די זעלבע בחינה, כאטש די ספעציפישע לינק איז אפשר כשר אבער די פלאץ דארט איז נישט אונזער סטאנדארט האט מען געמאכט א תקנה אז ביי אונז זאל דאס נישט ארויפקומען. יעצט, אזאנע תגובות וועט 'בדרך כלל' ווערן געמעקט און מיטגעשיקט א מעסעדזש אז לעבעדיגע רבנים זענען נישט ערלויבט (ביי יוטוב כמעט נישט חוץ ממש א נייע מעמבער ווייל די סיסטעם דיטעקט סייווי די לינק און טוישט עס)

מיט די צייט איז צוגעקומען אנדערע וועבזייטליך וואס האבן אנדערע סטאנדארטן ווי אונז און ס'איז אויפגעקומען די שאלה צו לינקס אהין איז אקעי. נמנו וגמרו אז ס'איז נישט. אזוי גייט מען דורך יעדע זאך און מ'איז דן.

יעצט קומט די שווערסטע חלק און דאס איז: אז דאס פלאץ דארף זיין 'געשמאק' פארן ליינער! אין די ווארט געשמאק ליגט אזוי סאך און דאס איז די שווערסטע קאטעגאריע פאר יעדן. ווייל די ווארט געשמאק מיינט ביי יעדן עפעס אנדערש און וואס ביי איינעם איז געשמאק איז ביי א צווייטן בעביש און ווייס-ווערסע.

לאמיר אריינקוקען טיפער. אייוועלט האט פארום'ס, סוב פארום'ס, אשכולות, קאטעגאריעס. פארוואס? פארוואס פעלט דאס אויס? איין ווארט! צו מאכן דאס פלאץ געשמאק! אז אויב איינעם אינטערעסירט נייעס, זאל ער גייט צו נייעס, ארטיקלען איז ארטיקלען, הילף איז יעזורו, שמועסן איז פארברענגען. אא"וו.

דאס איז די טעכנישע חלק. יעצט איז דא די שרייבערס חלק. כמעט יעדע שרייבער דא האט אן הנאה צו קענען שרייבן פאר הונדערטער מענטשען אז זיי זאלן ליינען זיין געדאנק דאס איז א באהאלטענע הנאה וואס יעדע בשר ודם האט. נאך מער איז די הנאה אויב נאכן שרייבן הערט ער צוריק אז מ'האט הנאה געהאט דאס גיט אים נאך מער שטופ צו שרייבן מער און וועלן צוריק הערן מער.

יעצט דא קומען די מנהלים און אחראים אריין אין בילד. כדי די פלאץ זאל פארן געשמאק דארף מען איבערגיין יעדע תגובה און זיכער מאכן: א) איז די תגובה אויסגעהאלטן לויט אונזער סטאנדארט? ב) איז די תגובה אינעם ריכטיגן פלאץ? ג) גיט די תגובה עפעס צו צום געשמאק? צו איז דאס די געשמאק פונעם וועלטל אדער איז דאס די געשמאק פונעם שרייבער (א קאמפלימענט) וואס דאן עט די ענד וועט דאס צוברענגען געשמאק צום וועלטל.

האבענדיג די בילד פאר די אויגן. לאמיר צוריק מישן צו די צייטן פון די פריימעריס. עס איז געווען היציגע פריימעריס און די וועלטל האט געלעבט אויף אלע באקן. ס'איז אבער געווען א גרויסע פראבלעם אז מ'האט נישט געקענט ליינען א גראד שטיקל 'נייעס'! אסאך מענטשן האבן געהאט שרעקליכע טענות אז זיי קומען אהער ליינען און זיי דארפן מישן צעעעענדליגע בלעטער צו ליינען א פשוטע אפדעיט. די מנהלים האבן געהערט די טענות אבער זענען געווען אובדי עצות. פון איין זייט איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש שרייב נישט צו סאך ווייל אנדערע ווילן ליינען. כ'מיין, ער איז פונקט אזא מענטש און זיין דזשוי איז צו שרייבן, ווי לאנג ס'איז נישט קעגן די תקנות קענסטו אים נישט אפשטעלן.

פון די אנדערע זייט האבן אסאך שרייבערס אויפגעהערט צו שרייבן ווייל זיי האבן זיך געטראפן אז זיי קענען נישט קומען צום ווארט. נאך פאר זיי ענדיגן שרייבן א תגובה איז דא נאך צוועלף בלעטער מיט קוואוטערייען, טענה'רייען און היציגע געשרייען. אסאך ליינער האבן אויך אויפגעהערט קומען ליינען ווייל ס'איז פשוט נישט מעגליך געווען.

די הנהלה האט פראבירט מיט אפטיילן נייעס פון די דעבאטעס. ווער עס געדענקט איז יעדע שטיק צייט געקומען אן התעררות אז "פון היינט און ווייטער אך ורק נייעס!! אלע אנדערע זאכן גייען אריינגיין אין דעבאטע אשכול!" עס האט אנגעהאלטן אפאר טעג און דערנאך צוריקגעפאלן פשוט ווייל מ'איז נישט נאכגעקומען. (מענטשן האבן דעמאלס אויך געהאט טענות, "מיינע תגובות האט מען געמעקט און זיינע נישט".. גיי זיי מסביר אז דער אחראי האט זיך אראפגעזעצט פאר א האלבע שעה צו קלינען די אשכול און ער איז פשוט נאכנישט אנגעקומען צו יענע בלעטער.. ממש אזוי איז געווען יעדע נאכט.)

איך געדענק נאך די נאכט פון די עלעקשאנס האט איינער געעפענט א פרישע אשכול נאר פאר עלעקשאנס אפדעיטס. איך בין דעמאלטס געווען אנ-קאלל און איך האב מיך צוגעכאפט צו דעם אשכול אז דא גייט מען נאר שרייבן אפדעיטס! איך האב אפגעשפארט די אלטע אשכול אז יעדער זאל פאוסטן נאר אויף איין פלאץ און דארט וועל איך מאניטארן אז עס זאל נישט פארפארן. גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט שיקט מיר איינער אין אישי אז "ס'איז נישט יושר וואס איך טו. קומ‏ט זיך א פרישע ניק און עפענט אן אשכול נאכדעם וואס ער ארבעט אזוי לאנג אויף די ארגינעלע וואלן אשכול. וואו איז די יושר??" איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס אים באדערט, פארוואס נישט א פרישע קלינע אשכול מיט אפדעיטס נאר פון די עלעקשאן נאכט? אבער אלס רעספעקט פאר אים האב איך אפגעשפארט די פרישע אשכול און אלעס איז צוריק צום ערשטן אשכול.

‏איך בין אביסל פארפארן, אבער איך וויל ארויסברענגען וויאזוי די מנהלים/אחראים האבן אנגעקוקט די זאך און וויאזוי די שרייבערס האבן עס געזען פון זייער פערספעקטיוו.

זינט די וואלן איז אנטשטאנען אזא ווינט צווישן געוויסע שרייבערס אז די מנהלים/אחראים זענען קעגן טראמפ און אויטאמאטיש טארגעט מען אלע טראמפ שרייבערס און נישט נאר ווען זיי שרייבן פרא טראמפ, נאר יעדע אשכול וואס זיי שרייבן עפעס צו האבן זיי א גרעסערע פאטענשעל צו ווערן געמעקט. דאס איז עפעס א מייט וואס וויפיל מיר האבן נאר פראבירט מסביר צו זיין אז דאס איז קיינמאל נישט געווען אזוי און דאס וואס מ'האט געזען אז זאכן ווערן צומאל געמעקט און אנדערע נישט האט פשוט מיט די צייט וואס די אחראי האט דעמאלטס געהאט. יא עס איז בדרך כלל געווען מער פרא-טראמפ תגובות, בדרך כלל געווען מער אגרעסיוו תגובות פון פרא-טראמפ חברה ווייל דאס איז געווען זיין קאנדידאטור געקומען פון גארנישט און איבערגעטרעטן יעדן. אבער אז די הנהלה זאל האבן א שטעלונג און זאגאר טארגעטן שרייבערס..?? קיינמאל אין חלום נישט געווען אזאנס.

למעשה, די וואלן האבן זיך געענדיגט. אסאך אלטע שרייבערס האבן זיך שוין אפגעוואוינט פון שרייבן און עס ציעט זיי נישט צוריק צוקומען. פון די נייע 'פאליטישע שרייבערס' זענען אסאך אוועקגעגאנגען. מיר זענען געבליבן מיט א הויפן נייע שרייבערס און אפאר אנגעגעסענע.

די נייע שרייבערס האבן קיין סאך נישט געזען די וועלטל פון בעפאר די וואלן, זיי האבן נישט מיטגעהאלטן וואס מיינט שרייבן נארמאל, ערוואקסן מיט רעספעקט און נישט זיך טענה'ן אויף יעדע אות און קוואוטן... עס איז געקומען צו א פוינט וואס מער און מער האבן זיך געטראפן נישט אין פלאץ דא. די הנהלה האט זיך דערזען אז מ'דארף עפעס דראסטיש טון האט די הנהלה באשלאסן צו אויפנעמען נייע אחראים צו האלטן די פלאץ אין ארדענונג (זיי האבן געבעטן צו בלייבן אנאנים, פאר זייערע נערוון.)

איז אזוי, די טיטל 'מנהל' אדער 'אחראי' איז נישט עפעס וואס מאכט די הנהלה אנדערש אדער עפעס ספעציעל, אחראים זענען בלויזע מענטשן צוזאמענגעשטעלט פון בלוט און פלייש, אינגעלייט פונקט ווי די איבריגע חברים דא און די סטאטוס אדער קאליר פונעם ניק טוט אונז נישט אריינלייגן אין א ספעציעלע געזעלשאפט. אן אחראי קען זיין דיין ברודער, שוואגער, קאזין אדער גוטער חבר, ער איז א מענטש פונקט ווי דיר, האט געפילן פונקט ווי דיר און פארמאגט מיינונגען פונקט ווי דיר.

די אחראים אדער מנהלים זענען אינגעלייט וואס זענען טרוד אין זייער אייגענע לעבן, פארמאגן פול טיים דזשאבס און האבן א אייגענע שטוב און ווירטשאפט וואס ליגט אויף זייער קאפ פונקט ווי רובא דרובא פון די חשוב'ע מעמבערס דא, עס איז נישטא קיינער פון די אחראים וואס איז ארבעטסלאז אדער מוטשעט זיך מיט איבריגע ליידיגע שעות וואס ער זוכט צו אנפילן, און קיינער פון די אחראים זוכט זיך נישט קיין איבריגע ארבעט צו זיין פארנומען מיט מעקן און נאכלויפן ניקס.

יעצט, אייוועלט באשטייט היינט צוטאגס פון קרוב צו צען טויזענט (!) מעמבערס, טייל פון זיי זענען נישט אקטיוו, טייל פאלן אריין מפעם לפעם און טייל זענען יא אקטיוו, דער פאקט אז די מעמבערס ציילט זיך קרוב צו צען טויזענט באדייט אז עס איז דא קרוב צו צען טויזענט 'מיינונגען' און באזונדערע פערספעקטיוון, וואס קומט אויס צו א מיינוג פער יעדע מענטש און צומאל אפילו צוויי פער מענטש, וואס ביי איינעם איז רעכט איז ביי דעם צווייטן לינקס, ביי איינעם גוט און ביים צווייטן שלעכט, ביי יענעם א דבר פשוט און ביי זיין חבר א מילתא דתמיהה און אזוי ווייטער.

דאס הייסט, יעדע מידערוויכטיגע תגובה'לע קען האבן צען טויזענט פשטים ע"פ פשט רמז דרוש און סוד ווי יעדע פון די צען טויזענט מעמבערס לערנען דאס אפ און פארשטייען מיט זייער פארשטאנד, איז געשען אז אנשטאט וואס א אן אחראי זאל דינען אלס פשוטע מענעדזשער צו האלטן דער סייט אין פלאץ זענען מיר געווארן חושן משפט דיינים, סופרים קאורט ריכטער און גייסטישע טערעפיסטן ווי יעדעס ניק ברויך באקומען סעלף טעראפי און צייט פאר דין תורה'ס און סכסוכים, פארוואס האט מען מיך געמעקט? פארוואס נישט יענעם, פארוואס האט יענער אחראי אזוי באשלאסן, פארוואס אזוי און פארוואס נישט פארקערט און פארוואס אייביג איך..

און דא איז די הנהלה אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק. אנשטאט וואס ביז היינט האט אן אחראי געהאט צווויי אפציעס. אדער נעמען א תגובה און עס אריבערפירן אין א באהאלטענע פארום וואס דארט איז געווען איין גרויסע גארבידזש קען וואס אלע געמעקטע תגובות זענען דארט אריין א געמיש פון א ריזן כרעמזל. אדער פשוט אויסמעקן די תגובה לעולם! דאס זענען ביז היינט געווען די צוויי אפציעס. די אפציע פון אריבער פירן נעמט עקסטרע לאנגע סקונדעס און ווען מ'איז געדרוקט אין צייט און ס'איז דא אסאך צו מעקן איז עס זייער זייער שווער. עס האט א מעלה אז מ'קען צוריקקוקן זען וואס מ'האט געמעקט און צוריק פירן אויב מ'דארף. די צווייטע אפציע איז סך גרינגער געווען 'מעקן' אבער פון דעם בלייבט נישט קיין זכר. יעצט האט זיך געוואנדן אינעם אחראי, אין זיין צייט, אין די קאנטעקסט פון די תגובה, אין די היסטארי פונעם שרייבער, צו מ'זאל עס פארמעקן אדער פשוט אריבערפירן. עס האט זיך געמאכט וואס די אחראי האט געמאכט די ראנג קאלל און האט געמעקט ווען עס האט נישט אויסגעפעלט און דאס האט געברענגט געוויסע טענות. איז די הנהלה אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק וואס הייסט 'סאפט מעק' דאס הייסט, עס איז א געהעריגע מעק אבער די תגובה ליגט נאך דארט און יעדע מנהל קען עס איבער קוקן און אפמאכן צו ער וויל עס צוריקלייגן אדער פארמעקן פאר אייביג. דאס און נאך טוט די הנהלה פאר איין זאך: צו מאכן דאס פלאץ געשמאק! געשמאק פארן שרייבער און געשמאק פארן ליינער.

איך ווייס אז דאס וואס איך שרייב דא גייט נישט טוישן געוויסע מענטשן און אז מען וועט גוט קוקן באשטייט דאס פון די זעלבע צוויי-דריי א יעדעס מאל, וואס זיי גייען בלייבן מיט די העיט און טענות קיין חילוק וואס און ווי שווער מ'וועט ארבעטן פאר זיי. די מענטשן זענען אזוי געבוירן. וויינען און ברעטשענען אויף יעדע זאך. אייביג מיט טענות אויף די וועלט און קיינמאל צופרידן קיין חילוק וואס מ'טוט פאר זיי, עס בלייבט איבער בלויז צו רחמנות האבן אויף זיי.

אלס משל: מ'האט גענומען די קאומי אשכול און אפגעטיילט 'דעבאטעס' מיט 'נייעס' פשוט אז פאר די ליינער זאל זיין גרינגער צו קענען קלויבן צו ער וויל יעצט קומען ליינען 'נייעס' אדער מיטהאלטן א 'דעבאטע'. די אחראי וואס האט דאס געטון האט געארבעט באלד א האלבע שעה נאר אויף דעם. פארוואס?? כדי צו מאכן דאס פלאץ באקוועמער און געשמאקער! יעדער איז צופרידן דערפון? זיכער נישט! פארוואס דען יא, דער אחראי איז דאך פול טיים עמפלויעד פאר זיינע קאפריזן און אייוועלט (ווי אויך דער וועלט בעצם) געהערט דאך פאר אים אינגאנצן, 'בשבילי' אויפן פשוט'ן פשט.

און נאכאמאל, נישט אז עס גייט איינעם אן. יעדער מעג האבן זיין מיינונג און יעדער מעג אפילו עפענען א בלאג זיך אויסצורעדן.. מיר זענען דא פאר איין ציל צו מאכן דאס פלאץ געשמאקער און מיר וועלן פרובירן צו האלטן דאס פלאץ אויף אן ערוואקסענעם ניווא, אדער ווי אנדערע רופן עס "מעיק אייוועלט געשמאק עגעין", מיר פרובירן ארויס צוהעלפן יעדע ניק זאל זיך גוט געפונען, אבער אויב פילט איינער אז דאס פלאץ איז נישט פאר אים איז ער מעגליך גערעכט (חחח.. די וואך באקומען א מעסעדזש פון איינעם אז מיר זענען גורם ער זאל גיין שרייבן אויף ק"ש.. דערמאנט מיך פון יענעם וואס האט געסטראשעט זיין טאטע אז ער גייט אויסטרונקען זיין נעגל וואסער אין טוילעט אן א קאפל און אן א ברכה...)

צום שלוס. ווי אנגעפאנגען. איך בין נישט דא זיך צו פארענטפערן אדער מחילה בעטן. איך בין דא צו פארציילן די צווייטע זייט מטבע וואס עס טוט זיך די אנדערע זייט. יא, עס גייען ווייטער בלייבן אנגעווייטאגטע וואס נישט קיין חילוק וואס מ'זאל טון פאר זיי וועלן זיי אייביג טענות האבן, דאס איז וויאזוי די וועלט גייט. פונקט ווי אין יעדע באקס עפל איז אייביג דא אפאר ברוינע, אין יעדע פעקל פאפיטעס איז אייביג דא אפאר שלעכטע, אזוי איז דא אין יעדע קראוד אפאר סעלף סענטערד איגאוס וואס וועלן אייביג טרעפן טענות און זיי בלייבט נאר איבער צו שוינען אויף זייער מיסרעבל לייף.

אבער צו אנדערע וואס ווילן אמאל הערן וואס עס טוט זיך אויף די אנדערע זייט. צו זיי האב איך דאס געשריבן מיט האפענונג אז איך בין גענוג קלאר.


א פרייליכן טאג.


ע"כ דברי געלעגער, מכאן ואילך זענען מיינע רייד.

איך האף אז יעדער כאפט וואוהין מען צילט.

לאמיר קלאר מאכן, די מנהלים אדער גבאים דא אין שטיבל נעמען נישט קיין שום שטעלונג אין סיי וועלכע פאליטישע שטרעמונג אדער חסידות. ווילאנג מען שרייבט ווי א נארמאלע מענטש, מיט קעגנזייטיגע רעספעקט איינער מיטן צווייטן, וועט מען נישט רירן קיין הודעות אדער תגובות. אדרבה, כן ירבו. דער פראבלעם ווערט ווען מען מישט צוזאם זאכן און מען פאוקוסט אויף די נישט ריכטיגע סיבה מיט די טענות אויף די מנהלים. למשל, ראובן האלט אז ווינטער איז בעסער, און שמעון טענה'ט אז זומער איז געשמאקער. ביידע שרייבן אפ זייערע ארגומענטן, אבער נאכדעם ווען שמעון ענדיגט ארויסברענגען זיין צד, וועט קומען ראובן, און זאגן "דו בהמה איינער, נאר א טיפש ווי דיר קען אזוי שרייבן, ווי אזוי קענסטו אפילו טראכטן אז זומער איז בעסער, די שווייס גיסט דאך אן רחמנות", דערנאך קומט איימיצער און – מיט רעכט – באריכט די תגובה, (אדער דער אחראי באמערקט עס נאך בעפאר'ן באריכטן, נישט קיין חילוק), און היות עס איז אקעגן די תקנות צו אטאקירן א ניק פערזענליך, ווי אויך אקעגן די מענטשליכע אופן פון קאמיוניקירן און ארגומענטירן און נוצן אן 'אד האמינום' אטאקע, וועט די תגובה ווארשיינליך פארמעקט ווערן. וועט קומען ראובן מלא טענות, היתכן מען האט אים געמעקט, דאס איז א סימן אז די הנהלה נעמט א שטעלונג אין די נושא און זיי האלטן אז זומער איז בעסער!!... האלא? מאכסט זיך תמ'עוואטע? דו כאפסט ווי דו פארדרייסט די סיבה? די הנהלה האט נישט געמעקט צוליב נעמען א שטעלונג, נאר צוליב דיין וואולגארישע שפראך! נישט ווייל ער איז דיין פריינט אדער פיינט, און נישט ווייל ער האט א פערזענליכע אגענדע!

אינע פון די מנהלים האט מיר שוין אמאל געמעקט דא אין שטיבל (טראץ וואס איך בין אן אחראי), ווייל מיין שפראך איז געווען אביסל שארף (איך האב דאן פשוט געוואלט מקיים זיין דעם 'תען כסיל כאוולתו'...), בין איך געווארן באליידיגט? בכלל נישט, איך האב פארשטאנען אז איך האב איבערגעטראטן א ליניע וואס איז נישט ערלויבט, און איך דארף עסן די קאנסעקווענצן. פארקערט, איך בין גאר דאנקבאר די מנהלים און אחראים וואס געבן זיך אוועק לשם מצוה צו האלטן דעם פלאץ אויף א הויכן ניווא, אשרי חלקם! אין די עפאכע וואס עס פלעגן זיך דרייען דא די "גבאי חודש" (איינער געדענקט...?) פלעגן אלע פון זיי באזונדער נתפעל ווערן פון די ישרות און איידלקייט וואס די מנהלים אדער אחראים האבן געהאט כלפי די ניקס! ווען איינער באטראכט די ארבעט פון הונטער די קוליסן און זעהט וויפיל מען גיבט אכטונג נישט צו וויי טון קיינעם, טוישט זיך גענצליך זיין פרעסעקטיוו!

איך וואלט געזאגט אז 2 זאכן זענען לעצטנס שטארק נתרשל געווארן, און ביידע דארפן אן ערנסטן תיקון אז עס זאל צוריק ווערן דא א רואיג ווינקל. (לענ"ד די 2 זאכן פארטרייבט אסאך ליינער און שרייבער).

די ערשטע איז, אז יעדער זאל פארשטיין, גלייבן, און וויסן אז עס זענען פאראן אלע סארטן מענטשן, שטרעמונגען, און דעות אויף דער וועלט. דער רבש"ע האט יעדן באשאפן מיט זיין שכל, זיין חינוך, זיינע נטיות, און זיין פרעספעקטיוו ווי אזוי ער זעהט זאכן, און וואס ער האט ליב. איינער ווערט נתפעל פון די קנאים, און דער צווייטער פארנעמט נישט נטורי קרתא; איינער האלט אז לב טהור איז א אומגליק פאר כלל ישראל, דער צווייטער האלט אז זיי זענען ס'לעצטע ביסל הייפעלע ערליכע אידן וועלכע קלאמערן זיך צום דרך המסורה מיט מס"נ. איינער האלט אז טראמפ איז א שוטה און א סכנה פאר אמעריקע, דער צווייטער האלט עס איז בכלל נישט געפערליך, קלינטאן וואלט גאר געווען ערגער; איינער איז א חסיד און איינער א ליטוואק; איינער א בעלזער און איינער א נטורי קרתא'ניק, וכו' וכו'.

יעדער האט אלע רעכטן פון הימל צו האלטן וואס ער האלט, און קיינער קען נישט צווינגען קיינעם צו טוישן זיין דעה. אז מען עפנט אן אשכול אויסצושמועסן די צדדים לכאן או לכאן, איז פיין און וואויל, ווי לאנג מען האלט זיך צום ענין, מיט א רעספעקט, און מען שמועסט אויס פארוואס רעכטס און פארוואס לינקס, איז אדרבה! דאס איז דאך די מטרה פונעם שטיבל, מען שמועסט אויס די מיינונגען, מען הערט אויס א צווייטן, אויב מען פארשטייט נישט פרעגט מען איבער, עס קען זיך אנטוויקלען הערליכע דעבאטעס! איך בין צומאל זיך מחי' צו ליינען יענעמ'ס פרעספעקטיוו, איך האב שוין אפילו געטוישט אסאך פון מיינע מיינונגען צוליב הערן מיט א אפענעם קאפ און אויער וואס יענער זאגט, איך האלט מיך נישט פאר'ן קלוגסטן מאן, און אויך נישט איינס בעפאר.... ווי אזוי דאס ווערטל גייט, יו ליוו ענד לערן! ס'לעבן לערנט מיך אויס, איך פרוביר צו טאלערירן און הערן וואס יענער זאגט, דאס מאכט דעם לעבן אזוי שיין און קאלירפול! איך ענדזשוי ארויסצוגיין פון מיין באקס און הערן אביסל פון יענעמס קוק ווינקל! אז איך פארשטיי נישט, פרעג איך. עס מאכט אויף דעם קאפ און עס איז ממש א מחי'. פארוואס זאל עס נישט קענען גיין אויף דעם אופן? פארוואס ווערט יעדע דעבאטע פארוואנדלט פערזענליך? פארוואס שטעכט מען איינער דעם צווייטן? פארוואס נוצט מען נידריגע זידל ווערטער? טיפש, בהמה, טראלל, משוגענער, פערד, סיקריק, ממש ווי די קליינע קינדער... רבש"ע, פארוואס?

די צווייטע זאך איז, נישט פארדרייען אשכולות! נאר זיך האלטן צום נושא און צום קעפל. מען כאפט אסאך מאל נישט ווי אזוי דאס ארבעט צוביסלעך.... איינער קומט אריין אין יענעמ'ס אשכול, זאגט נאר א ווארט-צוויי וואס האט מיט זיין אגענדע, קען דאך שוין נישט דער צד שכנגד שטיל בלייבן, מוז ער צוריקשטעכן, פלאמט אויף א נייע וויכוח, און דער אשכול הייבט אן פאלן אויף נייע דרכים אשר לא שערום פותחי האשכול... אז מען רעדט פון אכשר דרא, קומט נישט אריין טראמפ אדער ציונות, פינטל! מען דארף נישט צופיל מסביר זיין, עס איז א דבר פשוט לכל, נאר תן לחכם ויחכם עוד, אז מען וועט אכטונג געבן דערויף, וועט דער פלאץ ווערן פיל מער געשמאק און עס וועט זיין א פארגעניגן זיך צו געפינען דא בעז"ה.

לאמיר הערן קאמענטארן פונעם עולם.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר