בלאט 1 פון 1

עפל - פיצא באקס

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 11:17 am
דורך פעינטער
די "עפל" טעכנאלאגיע פירמע האט זיך אריינגעלאזט אין די מארקעט פון פיצא... נישט ממש, נאר עס איז אויפגעדעקט געווארן די וואך אז זיי האבן ארויסגענומען די אויסשליסליכע רעכטן צו קענען פאבריצירן א ספעציעלן פיצא שאכטל וועלכע מאכט זיכער אז די פיצא טייג זאל נישט ווערן נאס, נאר בלייבן הייס און גוט אפגעבאקן, ס'זאל זיך האלטן א לענגערע צייט אפילו אויב מען עסט עס נישט גלייך אויף. עפל'ס פאטענט דערקלערט אז אויפהייבן די פיצא פון אונטערשטן פלאך מאכט זיכער אז די היץ וואס גייט ארויס פון אונטן פון די פיצא קען אוועקפליסן פון אונטן פון די פיצא. אויב ערלויבט מען פאר פּארע אוועקצופליסן פון אונטן פון די פיצא, האלט עס אפ די פייכטקייט פון ווערן אריינגעכאפט צווישן די פיצא און אונטערשטן פלאך פונעם קאנטעינער און צוריק ווערן איינגעזאפט דורך די פיצא, וואס דאס ברענגט צו ווערן נאסלעך.