בלאט 1 פון 2
מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2017 4:52 am
דורך בן ישי
דער אלעמען באקאנטען מיכאל שניטצלער ארבעט שוין אויף זיין נעקסטע אלבוים מיט דער נאמען "מימיני מיכאל"!
דער סידי וועט זיין די זיביטע אין די סעריע "נשמה פלאם.
דער פראדאסער איז זאבי פריד פון שירה (אינטערסאנט ער פלעגט ניצן זיין נעפיו נפתלי משה שניטצלער)
די סידי ווערט ארגענעזירט ביי הערשי גינזבורג.
בלייבט נאר איבער צו ווארטן ווען עס וועט ארויסקומען וחזקה על חבר...
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2017 7:37 am
דורך קאווע טרינקער
דארט מידיע dart media ארבעט יעצט אויף א ad.
Bedford signs ארבעט יעצט אויף א ריזיגע סיין. (זיין נעפיו מאכט די קאלאר מיקס)
כולל חצות ארבעט אויף מעשיות...
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 1:58 am
דורך בן ישי
געהערט אז די סי די ווערט produced ביי MK Studios משה קרויס אין דוד קויפמאן
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:00 am
דורך ליפא
נחמן לעפלער איז קא-פראדאסער
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:01 am
דורך בן ישי
ווער איז לעפללער? ניי אויף די מארקעט?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 1:39 am
דורך ישראל גלויבער
כ'מיין א ברודער פון מנשה לוסטיג
נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 6:00 am
דורך בעביסיטער
בן ישי האט געשריבן:דער אלעמען באקאנטען מיכאל שניטצלער ארבעט שוין אויף זיין נעקסטע אלבוים מיט דער נאמען "מימיני מיכאל"!
דער סידי וועט זיין די זיביטע אין די סעריע "נשמה פלאם.
דער פראדאסער איז זאבי פריד פון שירה (אינטערסאנט ער פלעגט ניצן זיין נעפיו נפתלי משה שניטצלער)
די סידי ווערט ארגענעזירט ביי הערשי גינזבורג.
בלייבט נאר איבער צו ווארטן ווען עס וועט ארויסקומען וחזקה על חבר...
למעשה מיין איך איז געבליבן אז זושהעלע שניצלער גייט מאכן די מוזיק א ברודער פון נפתלי משה
נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:33 am
דורך בן ישי
מיכאל קימט ארויס מיט א לעבעדיגע סינגל נאך תשעה באב "עד הנה" א שבח והודאה צום באשעפער פארן צוריק געבן זיין נשמה נאך וואס ער איז אדורך
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 9:10 pm
דורך מוזיק עקספערט
משה קרויס האט געמאלדן אז די סידי וועט זיין אינדרויסן אויף סוכות אי"ה
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:29 pm
דורך מוזיק עקספערט
האלטסט ענק אהן שטארק, די סידי וועט זיין אינדרויסן אין די קומענדיגע 2 וואכן!!!
Sent from my 5056N using Tapatalk
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:23 am
דורך מוזיק עקספערט
לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר מיכאל
https://youtu.be/DRvCiPE_StYSent from my 5056N using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 9:30 am
דורך בן נריהו
/
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 9:50 am
דורך נעגעל וואסער
בייגעלייגט איז די גאנצע ניגון.
אין אייוועלט רודערט די עולם אז דער ניגון האט קאליע געמאכט דאס גאנצע טעם פונעם דיסק.
זיי זענען גערעכט אין א וועג, ווייל די טארגעט מארקעט פון זיינע אלבומס גלייכן נישט דער סטייל.
לדעתי, איז דער ניגון באמת א טאלאנט פון א ניגון, דאס מערסטע "חידוש". נישט סתם נאך א ניגון מיט גראמען. עפעס ניי און אינטערסאנט. #דיפערענט.
האט נאר נישט אויסגעפעלט צו זיך נעריש מאכן אזוי פיל בעת'ן דאס אראפ לייגן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 3:52 pm
דורך היכי דמי
איך ווייס נישט פארוואס די איי וועלט פויערן זענען אזוי אקעגן די ניגון, איי לייק איט ווערי מאטש. עס "באכעט." א שיינע טאן, טאלאנטפולע גראמען, מלא חידושים... זעהט אויס אז האבן נישט ליב די פאני ווארט באכע, איז אויב זיי האבן א פראבלעם מיט מאמע לשון'ס זיסע ווערטער זאלן זיי מיטארבעטן מיט יאפעד צו לערנען ענגליש, וועלן אונזערע ניגונים שרייבער שרייבן 'נארמאלע' ניגונים...
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 4:28 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'קען פארשטיין איינער וואס האט עס נישט ליעב, סקען זיין אז ס'ברענגט ארויף קאשמארן פון זייערע אינגע יארן ווי דער מלמד האט זיי אנגעבאכעט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 4:47 pm
דורך קאצקע ציקער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'קען פארשטיין איינער וואס האט עס נישט ליעב, סקען זיין אז ס'ברענגט ארויף קאשמארן פון זייערע אינגע יארן ווי דער מלמד האט זיי אנגעבאכעט
אבער נאכדעם קימט א נייע עפאכע...סא מען קען זיך בארוהיגען פון די באכעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:53 am
דורך נעגעל וואסער
די זיסע קינדערלעך האבן זיכער הנאה פון באכענען....
link
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 5:28 pm
דורך מיש-נייעס
.
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:01 pm
דורך טרויבן88
איך פארשטיי נישט פינקטליך וואס די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן, עס איז שוין געווארן פאליטיקךי אינקארעקט צי נישט האלטן פון א סידי???
איך האב געהערט די ניגון, עס האט מיר געגרוילט. אסאך מענטשן האבן געהערט די ניגון און עס נישט ליב געהאט, יעצט וואס איז? איך צווינג מיין מיינונג יא אדער נישט עס צי הערן?
די גאנצע טעיפ האט זיך געהערט ווי אן אלטע ציבראכענע פייפ, מיכאל אמאל איז גוט געווען, די ניגונים האבן געהאט אן אינהאלט, אפילו די לעבעדיגע ניגונים זענען געווען גוט, איך בעצם זיך נישט אינהאלט איך הער וואס סלאזט זיך, אבער זיי מיר מוחל, מיכאל האט נישט קיין קול, סא זייט די יום טוב אינדערוואכן ווערן זיינע טעיפס ערגער און ערגער ווייניגער ארבעט און מער פארגרעבט, נישט אז איך הער נאר איידעלע ניגונים... נאר פאר מיכאל שטימט עס נישט
Re: מיכאל נייע סידי! מימיני מיכאל!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:02 pm
דורך גר ותושב
C/P
באכע וחרפה...
אוי טייערע חברים
קומטס אלע חברים
מ'גייט יעצט זיין משוגע!
מ'גייט יעצט וואס?
זיין צוודרייט!
מ'גייט וואס?
באכענען
אהה... איי פארוואס?
הערט א מעשה וואס באכע מאכט
וועט איר דאס פארשטיין נישט מער געדאכט
בושה בושה בושה
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע
דער בריסקער ראש ישיבה קומט צופרי אין שול אריין
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט אנגערויכערט פון א צודרייטער יונגערמאן
אומשולדיג בלא-חטא
אומשולדיג בלא-חטא
דער בריסקער גייט צו נענטער פרעגן דעם איד וואס איז דער פלאן
וואס ביסטו פאר'מח'עט?
וואס ביסטו פאר'מח'עט?
ווער איז דער איד וואס שרייט דא קולות, מי זה בא לכאן
דו ביסט מיין נערוון סוחט
דו ביסט מיין נערוון סוחט
צי מיינסטו דען אז דו מוזסט זיין
משוגע משוגע משוגע משוגע משוגע
צי מיינסטו אז חלילה איז נישט פארהאן
קלוגע קלוגע קלוגע קלוגע קלוגע
אוי ראש ישיבה
א נייע ניגון האב איך געטוהן הערן, הערן
אוי ראש ישיבה
סי' זעצט און באכעט אין מיין קאפ ווי בערן, בערן
אוי ראש ישיבה
אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל עס שפירן און קריגן
איך וויל שפירן די באכע ניגון
איך וויל אויך זיין משוגע
איך וויל אויך זיין משוגע
בושה בושה בושה
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע
איי ר' מיכאל זאג מיר צי פעלט אויס אלע שוואנצעריי
וואס טוהט אין דיר קאכן
וואס טוהט עס בראכן
פארוואס שלעכט אינווייניג זיין פארשימלט אונטער פאנצעריי
וואס ביסטו פארקראכן
יעדער איז צושטאכן
ליבער ברודער כ'ווייס גאנץ גוט אז איך קען זיין
ערליך ערליך ערליך ערליך ערליך
אבער ליבער ברודער, די מצב איז זייער
געפערליך געפערליך געפערליך געפערליך געפערליך
אוי מיינע חברה
דאס איז השפעות פון די קליפה, פון ליפא...
אוי מיינע חברה
כ'האב געוועלט נאכמאכן די הלוך יילך, פון מיילעך...
אוי מיינע חברה
זאגטס מיר דעם אמת, זענט איר אינגאנצן מיט מיר, וואס האלטן ענק?...
בושה בושה בושה!
די ניגון האט קיין טראפ
פון קדושה קדושה קדושה
א משוגעת פון קאפ
גאר א פרישע פרישע פרישע
שפע בוקה ומבולקה
אינגאנצן משוגע
------------------
פין: א אנגעוויטאגטע יוד נעבעך
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:14 pm
דורך איך אויך
Sweet (נישט אז איך האב געהערט מיכאלס גארביטש).
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 9:40 pm
דורך סמבטיון
מיסטער איך אויך, מיכאל האט גאר שיינע הארציגע נגונים אויף אלע זיינע סידיס, רוב עולם גלייכט זייער זיין סטייל, איך האב נאך נישט געהערט דעם באכע סאנג, און לאמער זאגן אז איין ניגון איז צידרייט מיינט נאך נישט אז מיכאל פרודעצירט גארבידש. מיכאל איז טייערע נכס פארן היינטיגן דור.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:25 pm
דורך שמעקעדיג
כמדומה אז די חרפה ובושה ניגון הנ"ל שטאמט פון אייוועלט קודש.