בלאט 1 פון 2

הרב יונה כהן אויף גזירת הגיוס

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:47 am
דורך [NAMELESS]
דאס איז פון הרב [tag]יונה כהן[/tag]




פשוט צו צילייגן מיינע געדאנקען צו די עובדא פון הרב הירש וואס איז פארשפרייט געווארן איבעראל איבער סאטמאר רב זצ"ל בנוגע זיך שטעלן צום מדינת ישראל גיוס אפיס כדי זיך צו באקומען א באפרייאונג\דחוי.

פאר די וואס האבען עס נישט געזען, דא איז דער איבערזעצונג פונעם ספר מנחת שי (פרקי זכרונות) דף ה' אות ז'
"ווען עס איז געקומען מיין רייע, האב איך צוגעטרעטען צו רבינו הק' מיט דעם קוויטל און איך האב מוסיף געווען בעל פה אז איך דארף א ברכה צו ניצל ווערען פון דעם ציונישטישער צבא, און איך בין ארויס אויף חוץ לארץ נאר מיט היתר יציאה פון דער צבא פאר א קורצער צייט, און ער האט מיר גענטפערט בלשון קדשו: מ'דארף נישט טשעפענען מיט זיי [כלומר זיך צו רייצען מיט זיי און בלייבען אין חוץ לארץ לענגער ווי זיי האבען ערלויבט] (על דרך שאמרו חז"ל אם ראיתי רשע... כנראה המוסגר הוא הוספה ולא מהרבי) האב איך געזאגט אז ווען איך וועל צוריק לארץ הקודש וועל איך זיך שטעלן פאר'ן גזירת הגיוס, און ער האט מיך געפרעגט אויב איך קלער זיך צו אומקערען, האב איך גענטפערט "יא".... ע"כ

וויל איך נאר צושטעלן עפעס איבער דאס וואס איך האב מיך שוין זיך פארהערט מיט פול מענשן. איך וועל קודם זאגן מיין טענה, און ווער עס קען, אדער וויל עס אפווענדן, איז וועלקום, אבער ער דארף כאטש ברענגען עפעס א מקור, אפילו די קלענסטע, צו זיין צד, און איך בין גרייט בכל הכבוד צו מודה זיין על האמת און איך וועל צוריק ציען. וזה הוא:

עס איז נישט דא קיין שום מקור, נישט קיין דבר או חצי דבר, נישט אפילו פון די גרעסטע קנאי'שע סיי פון גדולי ארץ ישראל און סיי פון חו"ל, וואס האבען גע'אסר'ט צו דינען אין צה"ל, באופן אויב מ'האט אים (א מאן) געצווינגען צו דינען על ידי חוק הגיוס.

נאך מער, און אלע הוראות און אלע פלאקאטען פון מיום התיסדות המדינה, ווען תיכף האט זיך אנגעהויבען דער מערכה פון גיוס בנות, האבען אלע גדולים נאר גערעדט פון דעם איסור גיוס "נשים". ווייל עס איז דא ביי גיוס נשים אן איסור חמור פון עריות. אבער עס איז נישט דא קיין איין איינציגע כרוז, אדער מאמר איבער די עבירה פון דינען אין צה"ל צוליב די שלש שבועות, אדער ציונות. עס איז נישטו קיין איין ווארט איבער דעם, דער איסור איז געווען נאר אז א פרעמדער מאן טאר נישט האבען א שליטה איבער א פרוי, און דאס איז דער איינציגסטער איסור. אפילו דעם איסור גיוס נשים פון די בי"ד עדה החרידית ווערט נאר דערמאנט "אחת משלשת העבירות".

בשעת מעשה, אקוראט אין דעם זעלבען חוק פון גיוס נשים האט דער מדינה אדורכגעפירט אז מענער איז מען יא מגייס!

נאר ציליב דעם אפמאך מיט הרב איטשע מאיר לעווין אז אגודת ישראל זאל אנטייל נעמען אין דעם ערשטען רעגירונג, האט בן גוריון מסכים געווען אז די וואס לערנען א גאנצען טאג - "תורתם אומנתם" וועלען באקומען א דיחוי ביז ווילאנג זיי לערנען. אבער אויב מ'ארבעט אפילו א טייל פונעם טאג, האט דער חוק געזאגט אז מ'מוז זיך שטעלן צום גיוס, דאס איז אריין אין חוק דאן און איז בתוקפו עד היום. און דאמאלס האבען אלע בתוכם החזון איש מסכים געווען (נאר זיך אנטקעגען געשטעלט דעם חלק פון גיוס "נשים")

און טאקע נאך דעם גרינדונג פון דער מדינה אין 48 און אויך אין די 50'גער און 60גער יאר'ן וועמען אימער מ'האט געכאפט, סיי א בחור סיי א יונגערמאן ביז די 40 יאר וואס לערענט נישט כל היום כולו ממש, האט מען תיכף גענומען אין צה"ל. איך האב געקענט עטליכע היימישע, בתוכם "סאטמאר'ע" אידען וואס האבען געדינט טאקע צוליב דעם. איינעם גראדע זאל זיין געזונט איז געווען איינגעשריבען אז ער לערנט אין ישיבת יטב לב ירושלים ביי ר' משה ארי זצ"ל, און מ'האט אים געכאפט אז ער ארבעט און מ'האט אים תיכף מגייס געווען. ר' משה ארי האט אים מחזק געווען מיט הדרכות וויאזוי זיך צו פירען, און געבעטן אז ער זאל קומען איינמאל א וואך לערענן פריוואט ביי אים אין דער היים יעדען פרייטיג און איז געקומען טאקע מיט זיין מיליטערישער מאנדור!

בין איך דען ח"ו דער וואס מעג זיך מחולק זיין אויף א טייל פון די היינטיגע גדולים וואס זאגען אז עס איז אן איסור גמור ביהרג ואל יעבור צו דינען אין צה"ל, אבער חז"ל האבען אונז געלערנט אז קבל את האמת ממי שאמרו. אויב עס איז טאקע אסור, ווי זיי זאגען, איז עס אבער א נייע פסק, ווייל די פריריגע האבען דאס קיינמאל נישט געזאגט, אדער געשריבען אד"ג.

מי לנו גדול מרביה"ק מסאטמאר אליין ווי ער זאגט אין דער פרשה נשא תורה המפורסמת ווי ער צועק מנהמת לבו
"וויפיל יראים ושלימים זיי (די ציונים) האבען גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט איז דא, וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבען"

איז דאך א שאלה! איינער וואס האט מ'כלומר'שט עובר געווען בשאט נפש צו דינען אין צה"ל קען מען אנריפען א "ירא ושלם" ???? דער ענטפער איז פשוט יא אין נאכאמאל יא!

און לכאורה לויט די נייע הנהגה פון די נייע קנאים דארף מען דאך אזא איינעם מבזה זיין. איז דען נישט די בלוט פון א חרדק הפקר? איז דען נישט א מצוה אים מבזה זיין. דער ענטפער איז קלאר, ניין! סאטמאר רב האט געגאסען טאכען טרערן פאר זייער "בלוט"!

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די סאטמאר רבי וואלט געהאט צער עד דכדוכה של נפש אויב ער וואלט געהערט אז מ'איז מבזה אויף די גאסען פון ירושלים די סארט "יראים ושלמים". ווייל בימיו איז קיינעם נישט איינגעפאלען צו פירען אזא סארט מערכה. ווייל בימיו האט נאך הג' ר' פנחס עפשטיין געשריבען הלכות פאר פרומע צה"ל סאלדאטן (סידור מנחת ירושלים -שמירת שבת כהלכתה). והראיה אז אין דעם פר' נשא תורה רעדט דער רבי זיך אפ אז די קנאים זענען מבאיש ריחם של היראים האמתיים און האט זיי אנגערופען "מהרסים" עיי"ש בדבריו הק'.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:04 pm
דורך איש את רעהו
עס איז היינט אהן א ספק אז ס'א שעת השמד, ווען די מטרת הציונים איז להשמיד הכל, דאן איז בכלל נישט רעלעוואנט יענע ציטאט פינעם מנחת ש"י
עס איז כהיום א צייט ווען די מדינה וויל אלעמען, א חוץ איינצעלנע אריינדערזעהן אינעם כור ההיתוך

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:06 pm
דורך berlbalaguleh
יא: אט דאס איז דער בראך. אז די היינטיגע אזוי גערופענע קנאים וועלכע לערנען אריין פאלשע פשטים אין די ווערטער פון די צדיקים יסודי עולם ווי הרהצה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל אז ס'זאלל שטימען מיט זייער אייגענע פארדרייטע און פאלשע אגענדא. און זיי זענען טועה ומתעה די יונגע תלמידים כאילו זייערע אייגענע דברי דופי ועם הארצות זענען די ווערטער און געדאנקען פון די צדיקי אמת. זיי זענען מסלף די דברי צדיקים. לויט אלע פשטים. אויב מנשה'לע פיליף און שמואל שלמה טעללער זענען די מבינים איבער קנאות זעהמיר טאק שיין אויס...!

די אלע וועלכע האבן זיך גענומען א נייע מצוה צו רודפ'ן די אזוי גערופענע חרדקי"ם דארף נעמען און איבערלייגן און גוט אריינפראקן ביז זיי וועללן זיך אויס לערנען אז ס'איז נישט הפקר א וועלט. און דער פסוק פון רשע למה תכה ריעך גילט נאכאלץ. צו דער שיקער הייסט פאפנהיים אדער בעקנהיים...! און ווען די פאליציי כאפט עטליכע פון די שב"ב ניקים און מ'זעצט זיי איין אין תפיסה איז מען (דער בית דין הגדול שבירושלים פון די עדה החרדית) גוזר תענית און מ'מאכט הפגנות מיט ראיאטן...! און די היזיגע ברענטש וועלכע רופטציך ..."התאחדות הרעבנים) שיקט די בחורים קיין מעדיסאן סקווער גארדן אדער קיין 800 סעקאנד עוועניו אין מאנהעטן צו די איזראעלי קאנסולאט צו שרייען פוי...!

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:12 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:יא: אט דאס איז דער בראך. אז די היינטיגע אזוי גערופענע קנאים וועלכע לערנען אריין פאלשע פשטים אין די ווערטער פון די צדיקים יסודי עולם ווי הרהצה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל אז ס'זאלל שטימען מיט זייער אייגענע פארדרייטע און פאלשע אגענדא. און זיי זענען טועה ומתעה די יונגע תלמידים כאילו זייערע אייגענע


הייסטעס אז די רייד פין סאטמארע רב קען נאר פארשטיין איינער וואס דינט אין א אפיס ווי דער ויואל משה איז אפגעלאכט, מען פארשטייט דארט קיין איין סעיף קטן פין זיין צוגאנג צו מדנ"י
נאר פינקט דא, ווי ווייט מען זאל גיין בעת הגזירה דא זענען די איינגעשטעלטע אין אגודת ישראל די מבינים? אתמהה

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:13 pm
דורך I'm back
נמחק

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:14 pm
דורך I'm back
נמחק

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:20 pm
דורך איש את רעהו
אייער רבי וחבורתו האבן דאס באטיטלט אויך אויפן סאטמארען רב,
נו וואס זיכט איר צו קענען אריינטייטשען אייערע דעות מזרחי אינעם סאטמאר רב שטעלט אים אויך צו צי די אלע מטורפים בזמנינו וואס ווילן נישט אנקערן מיט די מדנ"י באהערדע, און שיקן זייערע טעכטער געבן א קראנץ בלימען צו בנט.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: פון א בנות ירושלים מיידל וועלכע געט איבער א קראנץ בלומען פאר'ן עדיוקעשין מיניסטער נפתלי בנט ביז גיוס בנות איז נאך א היפשער מהלך. און דו זאגסט עס ארויס בנשימה אחת. דאס איבערגעבן בלומען פאר דעם מיניסטער איז נישט געפערליך. ספעצעיל אז מ'איז נהנה שווערע טויזנטער פון זיינע פראגראמען. ס'איז נישטא קיין איין מנהל פון א ישיבה אדער אנדער מוסד החינוך אין ארץ ישראל אדער סיי ווי אין די וועלט וועלכער זאגט זיך אפ פון די שווערע טויזנטערס וואס די רעגירונג געט. טייל נעמען בגלוי. און אן אנדערע טייל נעמען בסתר. זיי נעמען דאפלט. זיי נעמען פן די טמא'נע געלטער פון די ממשלת הכופרים אויף אנדערע נעמען. און נאכדעם נעמען זיי אויכעט אומפארשעמטערהייט פון קרן הצלה. פון די שווערע אויסגעהארעוועטע געלטער פון ארימעלייט וועלכע געבן אוועק זייער לעצטן דאללער. מיינענדיג אז זיי שטיצן ריינעם ערליכן חינוך על טהרת הקודש...!

ס'איז שוין געווען כמה וכמה מעשיות וויאזוי מ'האט געכאפט די ..."הייליגע" ישיבות אז זיי נעמען אויכעט געלטער פון די טמא'נע ממשלת הכופרים. איין אזא עפיזאד איז געווען ווען א יונגל וועלכער האט צוערשט געלערנט אין א "ישיבה הקדושה" איז אריבערגעגאנגען לערנען אין א ישיבה וועלכע נעמט אפיציעל יא געלט פון די רעגירונג. און די הנהלה האט אריינגעשיקט דעם קינד'ס נאמען אז זיי זאללן באקומען געלט פאר איהם. האט מען געענטפערט אז די ממשלה האט שוין געגעבן אויף זיין נאמען געלט פאר דעם יאר. וויאזוי איז דאס מעגליך??? ער האט דאך געלערנט פריער אין א "הייליגע ישיבה"...! דער תירוץ איז. אז די הייליגע ישיבה האט געהאט אן אנדער'ן נאמען מיט א פאסט אפיס באקס אדרעס אין בני ברק (בשעת ווען זיי זענען אין ירושלים) און זיי האבן אויכעט איינגעגעבן פאר די רעגירונג די ליסט פון זייערע תלמידים כדי צו באקומען פון די טמא'נע געלטער...!

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:47 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:אייער רבי וחבורתו האבן דאס באטיטלט אויך אויפן סאטמארען רב,
נו וואס זיכט איר צו קענען אריינטייטשען אייערע דעות מזרחי אינעם סאטמאר רב שטעלט אים אויך צו צי די אלע מטורפים בזמנינו וואס ווילן נישט אנקערן מיט די מדנ"י באהערדע, און שיקן זייערע טעכטער געבן א קראנץ בלימען צו בנט.


עס איז בלתי שום ספק א חיוב מוחה צו זיין. ווילסט קומען מיט מיר?

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 12:53 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: פון א בנות ירושלים מיידל וועלכע געט איבער א קראנץ בלומען פאר'ן עדיוקעשין מיניסטער נפתלי בנט ביז גיוס בנות איז נאך א היפשער מהלך.

יא יא
נישט קיין צושטעל

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 1:01 pm
דורך מיר'ער בחור
лпم iοوԴ האט געשריבן:דאס איז פון הרב [tag]יונה כהן[/tag]


ער האט עס אייך גע'אישי'ט, אדער געשריבן ערגעץ אויף א אנדערע פלאטפארמע צו וואס?

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 1:12 pm
דורך איש את רעהו
הרב יונה שטעלט זיך א דיוק אויף
מי לנו גדול מרביה"ק מסאטמאר אליין ווי ער זאגט אין דער פרשה נשא תורה המפורסמת ווי ער צועק מנהמת לבו
"וויפיל יראים ושלימים זיי (די ציונים) האבען גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט, וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבען"

מאכט יונה א גאנצער מציאה פון דעם וואס מען "נעמט בכפיי" יראים ושלמים"
ד.ה. שוין אין אנדערע ווערטער אז די וואס זענען א טייל פינעם צוהעלפן די פלאנירער צו מגייס זיין בחורי ישראל אז זיי קומט זיך א מעדאל.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 1:16 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:הרב יונה שטעלט זיך א דיוק אויף
מי לנו גדול מרביה"ק מסאטמאר אליין ווי ער זאגט אין דער פרשה נשא תורה המפורסמת ווי ער צועק מנהמת לבו
"וויפיל יראים ושלימים זיי (די ציונים) האבען גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט, וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבען"

מאכט יונה א גאנצער מציאה פון דעם וואס מען "נעמט בכפיי" יראים ושלמים"
ד.ה. שוין אין אנדערע ווערטער אז די וואס זענען א טייל פינעם צוהעלפן די פלאנירער צו מגייס זיין בחורי ישראל אז זיי קומט זיך א מעדאל.

ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויף וואס דו לערנסט ארויס.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:18 pm
דורך איש את רעהו
лпم iοوԴ האט געשריבן:דאס איז פון הרב [tag]יונה כהן[/tag]
האבען אלע גדולים נאר גערעדט פון דעם איסור גיוס "נשים". ווייל עס איז

פאלש
גדו"י האבן יא ערווענט וועגן שירות אנשים בצה"ל.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:22 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:דאס איז פון הרב [tag]יונה כהן[/tag]
האבען אלע גדולים נאר גערעדט פון דעם איסור גיוס "נשים". ווייל עס איז

פאלש
גדו"י האבן יא ערווענט וועגן שירות אנשים בצה"ל.


ברענג א פאטאפאסט ביטע.

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 3:18 pm
דורך איש את רעהו
נמחק

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 3:41 pm
דורך איש את רעהו
אין די ליסטע פון
"ישיבות מעודדות גיוס לצה"ל" איז ערשינען לעצטענס די נעמען פון ליבאוויטשע ישיבות
איז דאס אויך וואס האט די הסכמה פון יונה כהן: ?
מי לנו גדול מרביה"ק מסאטמאר אליין ווי ער זאגט אין דער פרשה נשא תורה המפורסמת ווי ער איז צועק מנהמת לבו
"וויפיל יראים ושלימים זיי (די ציונים) האבען גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט איז דא, וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבען"

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 3:42 pm
דורך I'm back
נמחק

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 3:42 pm
דורך I'm back
נמחק

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 6:30 pm
דורך איך אויך
מען האט שוין מער ווי איין מאל און מער ווי דריי מאל אויפגעדעקט אויף א''וו די היסטארישע שקרים און זיופים, נאר שטייט זיך די דשיהאדיסטן מעקן עס גלייך אויס.

Re: הרב יונה כהן אויף גזירת הגיוס

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 1:24 am
דורך אונטער חכם
וואו האט דאס יונה כהן געשריבן?

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
הרב לעווין יעצט ביי כינוס הרבבות אז מ'זאל נישט מיינען אז יהרג ואל יעבור איז נאר ביי מיידלעך נאר ס'איז אויך ביי בחורים

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 5:43 pm
דורך berlbalaguleh
лпم iοوԴ האט געשריבן:הרב לעווין יעצט ביי כינוס הרבבות אז מ'זאל נישט מיינען אז יהרג ואל יעבור איז נאר ביי מיידלעך נאר ס'איז אויך ביי בחורים

או.קעי. נאכדעם ווען זיי כאפן קלעפ פון די פאליציי זאללן זיי נישט האבן קיין טענות...!