בלאט 1 פון 1

זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 2:53 pm
דורך יואליש
חברים, כ'זיך אן אינסטרומענטאל רעקארדירונג פון די שלום עליכם זמירות לשבת וואס מ'זינגט אין ביי די סאטמאר רביים.

דא האב איך געטראפן איינס מיט די וואקאלס.

https://youtu.be/FUQwj_9qd20

אויב איז פארהאן אן אשכול פאר אזוינע זיכענישן ביטע צופירן.

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 9:54 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
פון וואו שטאמט די ניגון?

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 2:35 pm
דורך שבת אחים

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 2:58 pm
דורך שבת אחים
ר׳ בעריש ווישעווער האט געהייסן ר׳ בעריש האראוויץ, ער האט געוואוינט אין ווישעווע, ער איז געוועהן פון די גרעסטע קאמפיזירער אינדערהיים אין מארמארוש, ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד און א המלחין לבית וויזניץ, ער האט געזינגען ביים אהבת ישראל׳ס טישן. שפעטער זענען געקומען אנדערע קהילות בעיקר סאטמאר און אים באצאלט געלט ער זאל מחבר זיין ניגונים פאר זייערע הויפן.

(די אומגעלונגע ניגונים האט ער ג׳פטר׳ט אין סאטמאר :lol: )

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 11:47 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די ניגון זינגען אלע סאטמערע חסידים נאך היינט. אדער ס'שוין דא נייערע ניגונים אין סאטמער?

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 6:32 pm
דורך וואלווי
שבת, ער איז געראדע נישט געווען א וויזניצער חסיד זיין משפחה און אלעס ארום עם איז געווען סאטמאר, ער האט זיך נאנט געהאלטן קיין וויזניץ און געווען שוחט אין ווישיווע.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 9:32 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:שבת, ער איז געראדע נישט געווען א וויזניצער חסיד זיין משפחה און אלעס ארום עם איז געווען סאטמאר, ער האט זיך נאנט געהאלטן קיין וויזניץ און געווען שוחט אין ווישיווע.


פון ווי נעמסטו דעס?

איך האב אזוי געהערט אלץ קינד, אז ער איז געוועהן א וויזניצער און געזינגען ביים אהבת ישראלס טישן, און דער סיבה פארוואס כמיין אז ס׳מאכט סענס ווייל אלע זיינע ערשטע ניגונים זענען געוועהן וויזניצער, און די שפעטערדיגע סאטמאר, (קען זיין דעס איז אויך נישט אמת, אבער אזוי האב איך געהערט)

לאמיך פרעגן טאטי וואס פארא חסיד בעריש ווישווער איז געוועהן, ער האט ליעב ווען איך פרעג אים אזעליכע פראגעס און אריינגיין אין די טאפיקס.
סקען זיין דו האסט רעכט, כ׳געדענק אפילו נישט ווי איך האב עס געהערט, אלזא האב איך טאקע נישט קיין מקור.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2017 11:30 pm
דורך וואלווי
שיין שיין שאל אביך ויגדך. ריפארט צירוק מיט די ריזאלטס. ס'זאל נישט חלילה אויסברעכען א מלחמה צווישען סאטמאר און וויזניץ, אויב נישט קענען די אייער און ארענדזשעס פרייזן זיך הייבן.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:47 am
דורך שבת אחים
ניין, טאטי זאגט אזויווי איך, ער איז טאקע נישט געקומען פון קיין וויזניצער שטוב, אבער ער איז שטארק צוגעצויגן געווארן צום אהבת ישראל און זיך פארעכענט פון זיינע חסידים, ימים טובים פלעגט ער פארן צום אהבת ישראל און זיך געדרייט במחיצתו, ער האט גענומען געלט פאר די סאטמארע און ספינקא הויפן צומאכן ניגונים, רוב פון זיינע ניגונים זענען טאקע וויזניצע.

אזוי זאגט מיין פאטער, און געווענטליך איז ער גערעכט אין די נושאים ווי ער איז שטארק באקאנט אין די סוגיא פון חסידות און ספעציעל פון די אלטע מארמארישע היים.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 11:07 am
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 1:52 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.


אמת איך האב געטראכט די זעלבע. סקוקט אויס ווי ער האט געמאכט די ניגונים לויט די קנייטשען און גאנג פון די קהילה.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:05 pm
דורך I'm back
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.


וואס איז דאס א ''סאטמארע הרגש''?

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:36 pm
דורך געוואלדיג
א קאזין מיט די וויזניצער הרגש און א שוואגער מיטן בעלזער הרגש.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 2:32 am
דורך וואלווי
I'm back האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.


וואס איז דאס א ''סאטמארע הרגש''?


עד הנה... שבח...

אויב ס'נוגע להלכה פרעג אין בית הוראה.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 2:39 am
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.


בימי בחרותי, בינעך געווען פארטיפט און זיינע ניגונים אסאך, און כ'בין דערגאנגען אז ס'דא נאך אסאך ניגונים וואס זענען נישט מפורסם נישט און וויזניץ און נישט און סאטמאר. יעצט יענע ניגונים זענען דא וואס זענען דומה צו די וויזניצע ניגונים הן די מזמור לדוד סארט, הן זיין וויזניצע ואמונה כל זאת, אין נאכדעם איז דא ניגונים וואס זענען דומה צו די סאטמארע סארט, וחוץ מזה נאך אסאך. מילא קען זיין ווען ער האט געשיקט קיין וויזניץ האט ער געשיקט וואס מ'האט דארט געוואלט וכן קיין סאטמאר ווייל פון די אלע איבעריגע זעט מען אז ער קאמפאזט פארשידענע סארטען ניגונים און זענען אזוי געווען אריגענעלערהייט.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 10:52 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט, די ניגונים וואס מען זינגט פון איהם אין ויזניץ זענען 'עכט' וויזניצע ניגונים מיט אלע קנייטשן, און די ניגונים וואס מ'זינגט אין סאטמאר זענען 'עכט' סאטמאר מיט אלע הרגשים. מען קען קלערן צו ער האט לכתחילה געוויסט וועלעכע ניגונים צו שיקן וואו, אדער ער האט דאס געשיקט מיט אן אייגענעם אריגינעלן חן און די הויפן האבן דאס מיט די יארן פארדרייט.


וואס איז דאס א ''סאטמארע הרגש''?

"די אונגארישע ברעטשע" אויב דאס באפרידיגט דיר. איי די עיקר סאטמארע ניגונים שטאמען דאך פון רימאנוב און פלאנטש? תיקו!

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 11:00 am
דורך שבת אחים
דאכצעך די באוויסטע קאמפאזאר יוסי גרין איז א אייניקל פון אים? ניין?

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 11:09 am
דורך [NAMELESS]
כך משמע, ער האט ארויסגעגיבן א סעריע סינגלס "שבת וויטה זיידי בעריש", סארא מאדערנעזירטע שקאצעריי...

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 12:58 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:דאכצעך די באוויסטע קאמפאזאר יוסי גרין איז א אייניקל פון אים? ניין?


ניין, נישט קיין אייניקל, נאר בשליחות פון אייניקלעך, הענס, דער נאמען "זיידי בעריש".

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 10:17 pm
דורך שאלתיאל
דא איז ווי א חסידיש קינד שפילט מיטן גיטאר דער ניגון שלום עליכם, הערליך.

https://www.youtube.com/watch?v=0usn-QG ... reload=102

דא שפילט ער ברוך השם יום יום, אויך פון ר' בעריש.

https://www.youtube.com/watch?v=KaGx6bhvHFw

Re: זיכט ניגון שלום עליכם סאטמאר בעריש ווישעווער

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 11:48 pm
דורך מאנטריאל
נישט געוויסט אז די באוויסטע ניגון וואס איך זינג יעדע וואך ברוך ה' יום יום איז זיין ניגון.
האט ער עס געמאכט פאר סאטמאר אדער פאר די וועלט?

Sent from my SM-G950W using Tapatalk