בלאט 1 פון 3
מאסן מערדער דערשיסט 12 אויף טויט אין א מואווי טעאטער!!
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 8:09 am
דורך randy_couture
א מערדער פארשטעלט און א מאסק האט געפענט פייער און א מאווי טיאטער און קאלאראדא שיסענדיג צום טויט 14 אריינגערעכנט קינדער ה"י און כאטשיג 50 פארוואנדערט.
לויט באריכטן האבן זיי געהאלטן אינמיטן וואטשען א מאווי {בעד מען דארק נייט רייסעס
http://www.imdb.com/title/tt1345836} ווען דער מערדער האט אריינגעווארפן א סמאוק גרענעט און געפענט פייער.
ער איז געווען אנגעטוען און א בולעט פרוף וועסט און א העלמעט אויפן קאפ.
די פאליציי האט ארעסטירט די 24 יעריגע מערדער.
http://abcnews.go.com/US/mass-shooting- ... AlLc7Se7YQ
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 8:17 am
דורך randy_couture
נייע אפדעיט 12 טויט 10 און טיאטער 2 און האספיטאל
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 9:47 am
דורך זר זהב
ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 9:48 am
דורך [NAMELESS]
ר״ל. מאטיוו??
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 9:59 am
דורך [NAMELESS]
סאיז געוועהן די אפענינג נייט פון די מאווי. אין די מאווי איז דא אצענע ווס איז ענדליך -איינער מיט א גאן און מאסק שיסט אין א פאבליק פלאץ.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 10:59 am
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
יא, האבען א גאן איז א גוטע זאך, ס'איז איינע פין די שליסלעך פין פרייהייט,
אין ניו יארק סיטי ווי גאן'ס איז פארבאטען איז די פארברעכענס ראטע אסאך העכער ווי אוסטין טעקסעס ווי דער עולם האט גאן'ס,
לאמיר זעהן ברעך דיר איין אינמיטען נאכט אין א הויז ווי די אייגטימער האט א גאן.....
שטעל דיר פאר די אידען אין יוראפ וואלטען געהאט גאן'ס אין 1940, מען וואלט זיי נישט געקענט פיהרען ווי די שאף צי די שחיטה, אפילו ווען זיי שטארבען ווען שטארבען זיי מיט כבוד, נישט ווי א טשיקען ביי די שחיטה,
א גאן געבט א געוויסע power פאר א מענטש, משוגעים וואס וועלען עס ניצען נישט ריכטיג וועלען אלעמאל זיין,
אבער די כלל ביי די זאכען איז: אז טאמער מען געבט אוועק פרייהייט פאר זיכערהייט, פארלירט מען ביידע,
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:04 am
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ער איז אן אמעריקאנער הירא. ער האט געהאט א גאן, אזוי ווי דער הייליגער אמעריקאנער קאנסטיטוציע לויטעט.
יא, האבען א גאן איז א גוטע זאך, ס'איז איינע פין די שליסלעך פין פרייהייט,
דאס זאג איך דאך, ער איז מיין הירא, ער האט געלעבט מיט די שליסלעך פון פרייהייט. די אלע וואס זענען גע'הרג'ט געווארן איז זיך עס זיי געקומען ווייל זיי האבן געטרעטן אויף די קאנסטיטוציע און נישט געהאט א גאן!
איך זעה נישט וואו אונז דיסאגריען.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:09 am
דורך פראפעסאר שפירא
ער איז נישט קיין הירא ער איז א רוצח,
ער איז א רוצח ווייל ער איז א רוצח נישט ווייל ער האט א גאן, אין מען טאר דאס נישט ניצען פאר א תירוץ צי פארבאטען גאן'ס, ווארט צי וועסטו מסתם הערען וואס דער אבאמא אדער איינע פין זיינע נאכשלעפער ווען האבען צי זאגען דערוועגען,
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:13 am
דורך זר זהב
אן א גאן וואלט ער געקענט זיין א רוצח ביז מארגן ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דארהארגענען 14 חברה בנשימה אחת.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:14 am
דורך יונגערמאנטשיק
און די גראנאט וואס ער האט געווארפן איז דאך נישט לעגאל, האט דאס עפעס אויפגעטוהן?
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:29 am
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:אן א גאן וואלט ער געקענט זיין א רוצח ביז מארגן ער וואלט קיינמאל נישט געקענט דארהארגענען 14 חברה בנשימה אחת.
קען זיין אבער אזוי ווי כ'האב געשריבען: טאמער געבט מען אויף פרייהייט פאר זיכערהייט פארלירט מען ביידע,
אין אזוי ווי ער האט געהאט א גראנאט אומלעגאל (אזוי ווי יונגערמאנטשיק האט געשריבען) וואלט ער געקענט האבען א גאן אומלעגאל,
ביי דע וועי, די ביסט פאר פארבאטען גאן'ס ?
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:33 am
דורך זר זהב
לשיטתך וואלט נישט גטארט זיין קיין סיט בעלט געזעצן ביים דרייוון. דאס איז אויפגעגעבן פרייהייט פאר זיכערהייט.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:35 am
דורך שמעקעדיג
איך טראכט מען זאל עפענען א באזונדערע אשכול ווער עס איז פרא-גאן און ווער אנטי. (איך בין אנטי, פאר ווער ס'איז נייגעריג)
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 11:47 am
דורך פראפעסאר שפירא
זר זהב האט געשריבן:לשיטתך וואלט נישט גטארט זיין קיין סיט בעלט געזעצן ביים דרייוון. דאס איז אויפגעגעבן פרייהייט פאר זיכערהייט.
ס'נישט די זעלבע זאך,
אבער באמת מיין איך אז פאר א עדאלט זאל מען טאקע נישט קענען איינטיילען וואס צי טוהן, אבער קינדער זאל מען דארפען סיט בעלטען, אבער א עדאלט האט זיך זיין אייגענע אחריות, וויל ער זיין אומאחריות'דיג איז עס זיין בחירה,
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:44 pm
דורך גאלד
FYI
די געזעץ פון סיט-בעלטס פאר עדאלטס זענען דא אסאך קאנסערוואטיווע וואס זייער דערגעגן, און האלטן אז ס'קעגן די קאנסטיטושן
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:51 pm
דורך זר זהב
מעיאר בלומבערג מיט דזשאן געמבלינג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=R_Zhvk6A3kE[/youtube]
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 1:48 pm
דורך יונגערמאנטשיק
ווארטס נאר אביסל, דער מערדער גייט זאגן אז ער איז אומשולדיג, מ'האט עם מאלעסטעד אלס קינד.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:05 pm
דורך דעינעש
ה"י.
ואגב, אין ניו העמפשיר איז לעגאל נישט סיט בעלטס,
זיי שרייבן אויף זייער פלעיטס כלשונם 'Live Free or Die'
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:10 pm
דורך זר זהב
יא.... אינטערעסאנט אבער אז לגבי סיעט בעלטס אין ניו העמפשיר וואלט זייער לאגא געדארפט זיין "Live Free AND Die" !!!!!
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:15 pm
דורך טעלעפאן
הער פראפעסאר, דו זאגסט א אינטערעסאנטע השערה אז מיט גאנס וואלטן מיר געהאט ווייניגער פארברעכנס. דו האלטסט אז די ניו יארקער אומ׳שכל׳דיגע היימלאזע (איך בעט מחילה אויף מיין ראסיזם...) וואלטן זיך אפגעהאלטן פון בא׳גנב׳נן עמיצען באזירט אויף צו יענער טראגט מיט זיך א גאן? איך מיין אז עס איז ס״ה דער לעבנסשטייגער פונעם פלאץ וואס איז נוגע. און א גאן איז זייער א שעדליכע זאך... און אז מען וועט עס איינצוימען דאס בעסטע וואס מעגליך וועט נישט יעדער משוגענער קענען טון ככל העולה על רוחו
איך בין נאכנישט זיכער צו איך בין אנטי אדער פרא, איך פרוביר עס קלארצושטעלן.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
רבותי פירט אריבער די דעבאטע אינעם נייעם אשכול דא
viewtopic.php?f=4&t=1154אפשר זאל דער מנהל אריבער שמעלצן די תגובות פון דא וועלכע רעדן באותו ענין.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:40 pm
דורך דעינעש
זר זהב האט געשריבן:יא.... אינטערעסאנט אבער אז לגבי סיעט בעלטס אין ניו העמפשיר וואלט זייער לאגא געדארפט זיין "Live Free AND Die" !!!!!
זיי האבן דען א גרעסערע רעיט און קאטאסטראפאלע עקסידענטס פראצענטואל ?
עס איז אפשר בכלל א רואיגערע שטאט,
ווי אויך דאס אינפארסירן די געזעץ דא, איז ווייל זיי דארפן די געלט פון די טיקעטס,
אדער אפשר מיינען זיי גאר אונזער טובה ??
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 2:42 pm
דורך זר זהב
סטאטיסטיקס ווייזן אז ביי א קאר עקסידענט זענען דא מער טויטע ווען מ'איז נישט סיעטבעלטעט