בלאט 1 פון 1

ויהי בבוקר - והנה חלום

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 8:40 am
דורך קאווע טרינקער
די "אקדמות מילין" וועל איך איבערלאזן פאר מארגן, איצטער גיי איך גלייך צום פינטעל.
איך האב זיך געחלומט אז דער הייליגער חפץ חיים קומט צו מיר און פרעגט "פארוואס קומסטו נישט צו מיין קבר?" האב איך געענטפערט "ס'איז זייער ווייט" - "אבער מיין זוהן ליגט דאך ממש דא אין ניו יארק"...
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעוועקט.
מיט גרויס ציטער האב איך שנעל גערופן יונה לאנדא, און יא, ער זאגט אז די חלום איז אמת, ס'איז דא א זוהן, ר' אהרן, וואס ליגט דאהי אין ניו יארק.

אויב איינער קען מיר אפשר שיקן אין אישי די קאנטאקט פון קולמע אדער מאמענט, איך בין גרייט, לשם שמים, צו געבן אינטערוויאס.

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 8:57 am
דורך שבת אחים
וואלסט ווען געדארפט פרעגן דער הייליגער חפץ חיים וואס ער זאגט צו ״די וועקער״ די איינציגסטע אידישע אויסגאבע ריין פון לשה״ר און רכילות....

Re: ויהי בבוקר - והנה חלום

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 9:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מעשה שהיה
א איד איז געגאנגען צו הרב שטיינמן און ער האט איהם געזאגט אז ער האט אנגעהויבען האבען גילוי אליהו. ער האט געפרעגט הרב שטיינמן וואס זאל ער אנפרעגען ביי אליהו׳ן. האט הרב שטיינמן געזאגט "פרעג איהם די הלכה ביי חצי קב בשתי אמות, אויף וואס די גמרא זאגט תיקו", וש"י.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
ווי געוואגטער זאגט: פארוואס דיין טאטע און אליהו קומען דיר כסדר אין חלום אבער קיינמאל קומט דיר נישט קיין עראפלעין אין חלום?

ווייל האסט געחלומט פון אן עראפלעין...
און האסט געחלומט פון דיין טאטע...

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 7:50 am
דורך אייז קריעם
איך האב געהאט א חלום אז איך שטיי אונעם בארקלעי סענטער איינער אליין, איך קיק מיך ארום און נישטא קיין נפש חי צום געפינען. איך פראביר צו געבן א שריי און איך באקום צוריק א הילכיגן ווידער קול....

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 10:37 am
דורך געוואלדיג
זאג נאר, וויאזוי איז געווען די סעקיוריטי ביים אריינגאנג?