חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

https://youtu.be/sdiFg-7X5W0
קוקענדיג און אנאליזערן דעם עולם, שטעלט זעך די פראגע, איז דען מעגליך אז די חסידים פרייען זיך באמת מיטן רבין, אדער איז דאס נאר מצוות אנשים מלומדה. אויב יא וויפיעל פראצענט פונעם עולם און וויפיעל שמחה. אויב דער מספר איז קליין, לוינט דען נישט בעסער אהיים שיקען דעם עולם אדער זיי שיקען אין ביהמ״ד אריין. און וואס איז מיט די הונדערטע בחורים וואס זענען מבטל תורה אין מיטען זמן. איז טאקע יצא הפסדו בשכרו. איך מיין באמת, און נישט ח״ו לקנטר, כידוע בין איך אליין א שטיקעל חסיד און ידיד קיין בעלז. דער בעלזער רב שליטא און אנדערע רביס זענען דאך יראי השם און מאנכע אפילו בני תורה. וואס איז פשט פון דעם? איז דאס פאר די פארטיי אזוי וויכטיג?

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יעדער איז אן ערליכער איד, נאר בנוגע געוויסע זאכן איז זיי שווער איבערצוהערשן זייערע אינטערעסן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער איז אן ערליכער איד, נאר בנוגע געוויסע זאכן איז זיי שווער איבערצוהערשן זייערע אינטערעסן.
אפ"ל
ואפ"ל פארקערט אויך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דאס מיינט חסידות. זיי מקושר מיטן רבי. איך בין זיכער אז ווען די בעל שם טוב האט חתונה געמאכט זענען חסידים אויך געקומען צו פארן און מבטל תורה געווען. די שיטה פון חסידות איז אז זיין מקושר מיטן רבי איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לערנען. איינס גייט נישט אנעם צווייטער.
עד כדי כך? בחורים וואס לערנען א גאנצען טאג זאללען מבטל זיין תורה? ממילא לערנען און דאווינען שלא לשמה איז דאך בעצם א קיום מצוה אפילו מען טוט עס אבי יוצא צו זיין, אבער טאנצען ביים רבינס שמחה אהנע געמיט, נאר ווייל מהאלט איצטער ביים פינפטער חתונה פון רבינס זוהן.. תורה מה תהא עלי׳.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דאס מיינט חסידות. זיי מקושר מיטן רבי. איך בין זיכער אז ווען די בעל שם טוב האט חתונה געמאכט זענען חסידים אויך געקומען צו פארן און מבטל תורה געווען. די שיטה פון חסידות איז אז זיין מקושר מיטן רבי איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לערנען. איינס גייט נישט אנעם צווייטער.
ביסט אוף די קאפ געפאלן??
דו האלסט טאקע די בעש''ט איז געווען ווי די היינטיגע יורשים???
די קשר צו א רבי איז געווען די לימוד בעבודת השם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איינער זאגט פאר 'זיכער' אז דער בעש"ט'ס תלמידים האבען עס געטוהן, א צווייטער שרייט איהם אן אז דער בעש"ט'ס תלמידים וואלטען נישט, און דער אנדערער זאגט אז דער דינגט זיך אויפ'ן בעש"ט.
זאג עפעס צו דער זאך.
א. ווי שטייט אז דער בעש"ט האט דאס מחדש געווען?
ב. וואס האט מקושר זיין מיט פארען צו א חתונה?
ג. פון ווי שטאמט דער ענין אז מ'קען ירש'נען דער פאסטען פון 'דער מיט וועמען מ'דארף זיך מקשר זיין'?
ד. וואס האט יענעמ'ס חתונה צו טוהן מיט שבת זמירות?
זאג עפעס צו דער זאך.
א. ווי שטייט אז דער בעש"ט האט דאס מחדש געווען?
ב. וואס האט מקושר זיין מיט פארען צו א חתונה?
ג. פון ווי שטאמט דער ענין אז מ'קען ירש'נען דער פאסטען פון 'דער מיט וועמען מ'דארף זיך מקשר זיין'?
ד. וואס האט יענעמ'ס חתונה צו טוהן מיט שבת זמירות?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
די אלע נשתכח קאקאש קעיק פרעסערס אין ווילי מיינען אז זיי וועלן אונז אויסלערנען וואס מיינט חסידות. אלע יארן האבן אונזער זיידעס געוואוסט אז פארן צום רבי׳ן איז פונקט עבודת השם ווי זיצן אין שטעטל מיט די גמרא תוס׳. און זיי זענען געפארן מיט מסירת נפש ממש. נישט קיין חילוק צו אויף א יו״ט צו א שמחה און רבי׳נס הויף צו ס׳האט סתם געכאפט א הייליג רייץ צו פארן. (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יעצט זאגסטו 'אלע יארען' מיט זיידעס. פריער האסטו געזאגט 'בעש"ט'. האסט נאך ווערטער פאר דיין ענין?
און ווען מ'רעדט פון מסירות נפש, וועמענ'ס נפש מיינט מען? די הונגעריגע ווייב און קינדער?
און ווען מ'רעדט פון מסירות נפש, וועמענ'ס נפש מיינט מען? די הונגעריגע ווייב און קינדער?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די אלע נשתכח קאקאש קעיק פרעסערס אין ווילי מיינען אז זיי וועלן אונז אויסלערנען וואס מיינט חסידות. אלע יארן האבן אונזער זיידעס געוואוסט אז פארן צום רבי׳ן איז פונקט עבודת השם ווי זיצן אין שטעטל מיט די גמרא תוס׳. און זיי זענען געפארן מיט מסירת נפש ממש. נישט קיין חילוק צו אויף א יו״ט צו א שמחה און רבי׳נס הויף צו ס׳האט סתם געכאפט א הייליג רייץ צו פארן. (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא)
אזוי? נישט געוויסט אז קאקאש איז עקסלוסיוו צו ווילי.
צו סאטמר רב איז מען אויך געקומען צו פארן צו דאווענען ביי עם און מיט האלטן א שבת צו א יו''ט.
צו זאגן א כלל אז עס איז פונקט ווי גמרא תוס'... וואס זאל איך דיר זאגן? אז דו האסט קיין השגה וואס גמ' תוס' איז? זאל איך דיר זאגן אז דו ביסט א עובד עבודה זרה? איך זאג בעסער גארנישט.
די מערסטע וואס מען קען זאגן אז עס איז א מיטל צוציקומען צו לערנען גמ' תוס'.
איינער וואס שפירט אן התרשלות אין עבודת ה' און א רבי קען עם באיזה אופן ארויף ברענגען צו עבודת השם א וודאי זאל ער פארן במסירות נפש ווייל עבודת ה' איז די יסוד אין א איד.
די אלטע רבי די בעל התניא איז געווען א חסיד?? ער שרייבט אין ספר אז די גרעסטע דרגא אין עבודת ודביקות בשם איז לימוד התורה דאס איז ממש דביקות בשם ממש אן לבושים. עיי''ש
ער שרייבט ערגעץ וועגן די עצמיות פון דביקות בהרבי???
א רבי איז א מיטל צו ציקומען צו עבודת השם ולימוד התורה הקדושה.
אין איינער וואס לערנט בהתמדה און ער פילט נישט אז די רבי קען עפעס מוסיף זיין אין זיין עבדות השם. איז ביטול תורה יעדע רגע. ופשוט ניט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אז ענק גלייכן נישט תורת הבעל שם איז דאס ענקער פראבלעם.
אנטשולדיג אייך @קעניג פון אמעריקא, פון וואספארא א קשר רעדט איר דא? פון דעם וואס ס'שטייט אין רמב"ם מצות עשה להידבק בחכמים, כדי ללמוד ממעשיהם שנאמר: ובו תדבק. וכי אפשר לאדם להידבק בשכינה? אלא כך אמרו חכמים בפירוש מצוה זו: הידבק בחכמים ותלמידיהם" (הלכות ו ב).
דא שטייט קלאר ארויס "חכמים ותלמידיהם" אין נישט "ברבי'ס ויורשיהם".
אדער אפשר גאר מיינסטו דאס וואסי שטייט אין לקוטי הלכות אדער אין לקוטי מהר"ן? יענץ האט גארנישט מיט תורה צו טוהן און אויך נישט מיט גאט.
ווען די פארסט צו א רבין ערגעץ ווי, מ'רעדט פון אזא איינעם וואס האט אויף זיך די "ברענד" די וואס קעניגליכע רויטערע בלוט פליסן אין עם, פון אזא איינעם וואס וויל נעבעך נישט זיין א רבי, וואס מ'האט עם נעבעך געצווינגען צו זיין א רבי, אין ער זיצט אויבנאן אזוי בדרך אפשר, און דו גייסט דיך "מקשר" זיין מיט אזא איינעם, איז וואס פינקטלעך מיינט דיין קשר מיט עם?? צו שטיין נעבן עם ווי א מעגענעט? אדער מיינט עס זיך אפלערנען פון עם אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט "כדי ללמוד ממעשיהם" איז וואספארא מעשים גייסטו דיך אפלערנען פון עם, ווי מ'רייסט אויף א פיש? אדער ווי מ'עסט זופ אנעם זיך צובייגן און ס'טראפט נישט אראפ? אדער ווי ער קריגט זיך מיט אנדערע?? אדער אפשר קוקן אויף זיינע הערליכע קאלירטע בעקישעס!
ביטע זיי מסביר וואס מקושר מיינט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
מ׳רעדט זיך אפ אז דער שטיבעל ווערט אלס פארוואנדעלט אין פערזענליכע שלעגעריי, לאמיר דא נוצען די געלעגענהייט צו רעדען איידעל.
דער פותח האשכול האט געפרעגט אז די צייט פארשווענדעניש אויף דער רבינ׳ס אייניקעל׳ס שמחה איז א ביטול תורה, פארוואס לאזען עס צו די מנהיגים פון חסידות׳ער. א פיינע קשיא.
ענטפערט דער קעניג פון אמעריקא אז דער בעש"ט\זיידעס האבען געהאלטען פון אן ענין פון התקשרות צדיקים.
טענה׳ט עמעזאן אז התקשרות צדיקים איז א מיטל צו עבודת ה׳, נישט קיין עבודה פאר זיך, און דעריבער בלייבט די שאלה, פארוואס דארף יעדער קומען צום חתונה פון דער רבינ׳ס אייניקעל, זאל יעדער קומען ווען ער דארף א הייב אין עבודת ה׳? נאך א שאלה פרעגט ער, וויאזוי ווערט א יורש פון מוסדות און בניינים א צדיק? (די שאלה קען מען לייכט פארענטפערען. מ׳קומט נישט אלס ר׳ ישכר דוב פון ירושלים׳ס אייניקעל, נאר אלס ר׳ ישכר דוב פון בעלזא׳ס אייניקעל. נאר צו דעם דארף מען פרעגען מאי אולמיה האי אייניקעל מהאי אייניקעל? א מאכנובקא חו א סקווערער אייניקעל איז פונקט אזא אייניקעל?)
יעצט, בעלזער ניקס וואס זענען שוין נאך די ברמצוה ווערען געבעטען, געמוטליכעהייט, ערקלערען זייער שטעלונג. עפרא לפומיה׳ס וועלען גארנישט אויפווייזען. ביטע ברענגען מקורות צו סברות. דא איז א פלאץ ווי ערוואקסענע מענטשען האבען נישט קיין מורא אריינצוטראכטען אין אלטע גלויבונגען צו זען צו זיי שטימען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
הערט אויס אלעס איז על פי סוד מען וועט פרעגען וועט עס נישט לוינען ווייל אלעס בשם התורה וחסידות
Sent from my SM-G955U using Tapatalk
Sent from my SM-G955U using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳רעדט זיך אפ אז דער שטיבעל ווערט אלס פארוואנדעלט אין פערזענליכע שלעגעריי, לאמיר דא נוצען די געלעגענהייט צו רעדען איידעל.
דער פותח האשכול האט געפרעגט אז די צייט פארשווענדעניש אויף דער רבינ׳ס אייניקעל׳ס שמחה איז א ביטול תורה, פארוואס לאזען עס צו די מנהיגים פון חסידות׳ער. א פיינע קשיא.
ענטפערט דער קעניג פון אמעריקא אז דער בעש"ט\זיידעס האבען געהאלטען פון אן ענין פון התקשרות צדיקים.
טענה׳ט עמעזאן אז התקשרות צדיקים איז א מיטל צו עבודת ה׳, נישט קיין עבודה פאר זיך, און דעריבער בלייבט די שאלה, פארוואס דארף יעדער קומען צום חתונה פון דער רבינ׳ס אייניקעל, זאל יעדער קומען ווען ער דארף א הייב אין עבודת ה׳? נאך א שאלה פרעגט ער, וויאזוי ווערט א יורש פון מוסדות און בניינים א צדיק? (די שאלה קען מען לייכט פארענטפערען. מ׳קומט נישט אלס ר׳ ישכר דוב פון ירושלים׳ס אייניקעל, נאר אלס ר׳ ישכר דוב פון בעלזא׳ס אייניקעל. נאר צו דעם דארף מען פרעגען מאי אולמיה האי אייניקעל מהאי אייניקעל? א מאכנובקא חו א סקווערער אייניקעל איז פונקט אזא אייניקעל?)
יעצט, בעלזער ניקס וואס זענען שוין נאך די ברמצוה ווערען געבעטען, געמוטליכעהייט, ערקלערען זייער שטעלונג. עפרא לפומיה׳ס וועלען גארנישט אויפווייזען. ביטע ברענגען מקורות צו סברות. דא איז א פלאץ ווי ערוואקסענע מענטשען האבען נישט קיין מורא אריינצוטראכטען אין אלטע גלויבונגען צו זען צו זיי שטימען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויב גלייבסטו אין תורת הבעל שם ליין ווייטער וואס איך שרייב. אויב נישט דאן זעץ זיך עסן א שטיקל קאקאש קעיק בעסער ווייל די וועסט סיי ווי נישט פארשטיין וואס איך שרייב.
ע״פ תורת הבעל שם פארנעמט די אויבן אהן פון אידישקייט אין זיין מקושר צום רבי׳ן. צו ס׳איז ר׳ ישכר דוב פון ירושלים פאר א בעלזער חסיד. צו ס׳איז ר׳ישראל פון בני ברק פאר א וויזניצער חסיד צו ס׳איז ר׳דוד׳ל פון ראקלענד קאנטי פאר א סקווערע חסיד. נישט קיין חילוק צו זיי האבן געירשנט דאס רבנות פאסטן צו נישט. וואס ס׳קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי. פאקט איז אז די אלע חסידים לערנען א דרך אין עבודת השם ביי די אויבן דערמאנטע אידן. אט דאס מיינט א רבי. דאס אז די האלסט אז אין די פריערדיגע דורות זענען געווען גרעסערע רביס מאכט זיי נישט אויס רבי. אין די פאקט וואס די האלסט אז אין היינטיגע דור איז דא גרעסערע צדיקים ווי זיי מאכט זיי אויך נאך נישט אויס רבי. סך הכול אז די האלסט אז אנדערע זענען גרעסער דאן גא עהעד פיק די אנדערע אלץ דיין רבי. דאס מאכט אבער נישט אנדערע אידענס טשויס אויס. אנדערע אידען זענען אינטייטלד צו האבן זייערע רביס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:וואס ס'קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי.
אויב דעיס איז דיין פאוינט אז די חסידים האבן געפיקט א רבי'ן, איז עס זייער א שוואכע פאוינט, ווייל די אלע רבי'ס וואס דו רעכנסט אויס האבן זייערע חסידים "נישט" געפיקט, די חסידים זענען דארט געבוירן געווארן אן צו קענען בוחר זיין אין וועלכע איינשטאלט זיי זאלן דינען.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איך בין שוין העכער די בר מצוה און גיי פרובירן צו רעדען איידעלערהייט.
אביסעל דומה צום פותח האשכול'ס פראגע, אבער מער כלליות'דיג, באדערט מיך שוין יארן פון פאר די בר מצוה ווי אין גאנץ תורת החסידות ווערט מבואר די ענין פון זרע קודש, ענף עץ אבות, בנן של קדושים'ס, וכו'. חלילה נישט לקנטר ערענסט גערעדט דאס איז ווי ווייט איך ווייס ארויס געצויגן פון פון פינגער. אפי' אז ס'דא עפעס זכות אבות אדער איינער וועט אפיר זוכען עפעס מראה מקומות מהיכי תיתי ס'גייט נישט ארויף אויפ'ן ראש כולל פון דער קהילה אדער די חסידישע ראשי חבורה, אדער ווי מ'זאגט "גאד פארביד" אויף עפעס א תלמיד חכם און חסיד פון אן אנדערע קרייז.
אויב איינער האט עפעס לייטישע מראה מקומות זיי מוחל און פאוסט עס, האפענטליך וועט איינמאל פאר אלעמאל געסאלווד ווערען די קווענקעלנישן.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -